ס'איז מעגלעך אַז אין סעפּטעמבער װעל איך פֿאָרן קײן פּױלן, קאָנדראַשין זאָל דיריגירן מײַן VIII-טע סימפֿיניע. איך װאָלט זײער געװאָלט זײַן דאָרט. איך װײס נישט, צי איך װעל איבערקומען די מורא פֿאַר די רײַזן. אַבער איך קען נישט דערװאַרטן צו זען דעם אָרט, װו איך בין געבױרן געװאָרן און װו איך האָב פֿאַרבראַכט מײַן יוגענט
־ האָט געשריבן משה װײַנבערג אין אַ בריף צו דימיטרי שאָסטאַקיעװיטשן װעגן האָפֿענונגען װאָס שײכן די נסיעה קײן פּױלן. צום ערשטן מאָל נאָך דעם אַװעקפֿאָרן דעם 7־טן סעפּטעמבער 1939.
סוף כל סוף האָט מען אַװעקגענומען זײַן VIII-טע סימפֿאָניע אונטער דעם טיטל "פּױלישע בלומען" (אינספּירירט פֿון יוליאַן טוװימען) פֿונעם פּראָגראַם פֿון "װאַרשעװער האַרבסט" אין יאָר 1966.
זינט װײַנבערג האָט 1939 איבערגעגאַנגען די גרענעץ, האָט מען אין זײַנע דאָקומענטן געפֿונען דעם נאָמען מױסיעי. אין זײַן הײם־שטאָט איז ער געקומען װי אַ מיטגליד פֿון דער אָפֿיציעלער דעלעגאַציע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. בראש איז געשטאַנען דער קאָמפּאָזיטאָר טיכאָן כעריענניקאָװ, דער הױפּטסעקרעטאַר פֿון קאָמפּאָזינטאָרן־פֿאַרײן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און פּאַרטײ־מיטגליד, װאָס האָט געטרײַ אױסגעפֿילט אירע רעקאָמענדאַציעס. אַנדערע דעלעגאַטן זענען געװען: מסציסלאַװ פּאָסטראָפּאָװיטש, באָריס טשײַקאָװסקי, עדיסאָן דעסניסאָװ און קיריל קאָנדראַשין ־ דיריגענט, װאָס האָט געדאַרפֿט פֿירן די VIII־טע סימפֿיניע פֿון װײַנבערגן און איז געװען, גענױ װי װײַנבערג, אַ חבר פֿון דיניטר שאָסטאַקאָװיטשן.
סאָװיעטישע געסט זענען אָנגענומען געװאָרן זײער קאַלט ־ אױך צוליב פּאָליטישע סיבות. די שטיקער, װאָס זײ האָבן געשפּילט, האָט מען געהאַלטט פֿאַר נישט אינטערעסאַנט און אַנאַכראָניש. פֿאַר דעם װאַרשעװער עולם האָט מען אױסגעקליבן קאָנװענציאָנעלע, מאָרערניסטישע שטיקער און די מוזיקער־סביבה איז געװען בכלל פֿאַראינטערעסירט אין עקספּערימענטאַלער מיזוק. װאָלט מען יאָ געשפּילט אַ שטיקל פֿון װײַנבערגן, װאָלט עס מן־הסתם קײן פּאָזיטיקע קריטיקן נישט באַקומען. װי אױך די רעשט פֿון סאָװיעטישער דעלעגאַציע: "װײַנבערג האָט אױך נישט געפּאַסט צום װאַרשעװער האַרבסט־פּײסאַזש" ־ אַזױ האָט געשריבן קרשישטאָף מײער װעגן דעם דאָזיקן פֿעסטיװאַל.
קרשישטאָף מײער באַשרײַבנדיק זײַנע אײנדרוקן פֿונעם פֿעסיטװאַל אין יאָר 1966, שרײַבט אױך, אַז מע האָט געשפּירט אַ װײַטקײט צװישן משה װײַנבערגן און אַנדערע פּױלישע קאָמפּאָזיטאָרן. אַ קאָנטאַקט האָבן מיט אים געהאַט נאָר זײַנע הברים פֿון דער װאַרשעװער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע: זביגניעװ טורסקי און װיטאָלד מאַלצוזשינסקי.
די פֿאַרענדערונגען, װאָס משה װײַנבערג האָט געזען אין װאַרשע, זענען געװען אַ גרױסער קלאַפּ פֿאַר אים. ער איז געװען זײער אַנטױשט, אַז די שטאָט, װאָס ער האָט אַזױ גוט געקענט, איז נישטאָ מער ־ דערמאָנט זיך קרשישטאָף מײער. נישטאָ קײן סימן פֿון די ערטער, װו ער האָט געלעבט און געאַרבעט. מע האָט יאָ צוריקגעבױט דעם בנין פֿון "צענטראַל־טעאַטער", אָבער אין דער גאַס איז געװען נאָר אײן פּאַרק ־ אַ מוראַנאָװער. אַ הױז אין דער דזיעלנע־גאַס, װו די משפּחה װײַנבערג האָט געװױנט אין די 30־ער יאָרן איז נעלם געװאָרן פֿונעם צופֿן־קװאַרטאַל.
די צוריקגעבױטע שטאָט האָט יאָ פֿאַרחידושט װײַנבערגן. דערמאָנענדיק זיך אין פֿאַרמלחמהדיקער װאַרשע, האָט ער געזען דעם סעלעקטיװן אופֿן פֿון רעקאָנסטרוקציעס. מע האָט יאָ צוריקגעבױט דעם בנין פֿון דער פֿילהאַרמאָניע, אָבער אין אַ פֿאַרפּשוטערטן אופֿן, נישט דערמאָנענדיק דעם אַלטן, עקלעקטישן געשטאַלט. אַנדערש האָט אַרכיטעקטאָניש אױסגעזען די צוריקגעבױטע װיעזשבאָװע־גאַס און טעאַטער־פּלאַץ, װו אַמאָל האָט דער װאַרשעװער עליט געהוליעט צו פֿאָקסטראָטן, װאָס װײַנבערג האָט געשפּילט.
אַ שרעקלעכן אײַנדרוק האָבן געמוזט מאַכן אױף אים די װאָליער שרדים, אױך דער בנין אין דער זשעלאַזנע־גאַס, װו ער איז גבױרן געװאָרן. אָנהײב 60־ער יאָרן האָט מען נאָך נישט אָנגעהױבן בױען די הײזער "הינטער דעם אײַזערנעם טױער" און די פֿאַרמלחמהדיקע בנינים זענען געשטאַנען לײדיק און אַלײן אין דער פּוסטער געגנט. גאָר אַנדערש איז אױך געװען די געגענט פֿון דער אָקולניק־גאַס. מע האָט יאָ צוריקגעבױט דעם שלאָס פֿון משפּחה אָסטראָגסצי, אַבער אַזױ װי ער האָט אױסגעזען אינעם 17־טן יאָרהונדערט. ער האָט נישט אױסגעזען אַזױ װי משה װײַנבערג האָט אים געהאַט אין זכרון פֿון זײַנע סטודענטן־יאָרן. דעם שלאָס האָט מען געגעבן װי אַ מתונה דער געזעלשאַפֿט אױפֿן נאָמען פֿון פֿרידעריק שאָפּען. מען האָט אָבער נישט צוריקגעבױט דעם בנין פֿון 1914, װו אַמאָל איז געװען דער קאָנצערט־זאַל פֿון דער װאַרשעװער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע (פּראָיעקט פֿון סטעפֿאַן שיללער) ־ הײַנט איז דאָרט דער װאָדיטשקי־סקװער. די סטודענטן זענען צוריקגעקומען אין די אָקולניק־גאַס אין דערזעלביקער צײַן, װען װײַנבערג איז געקומען קײן װאַרשע. פֿאַר זײ האָט מען 1960־1966 געבױט אַ נײַעם בנין, װאָס האָט אין גאַנצן נישט מער דערמאָנט דאָס אַלטע הױז. דאָס זענען געװען די אַרכיטעקטן: װיטאָלד בענעדעקאַ, סטאַניסלאַװ ניעװיאַדאָמסקי, סטעפֿאַן סיעניצקי, װלאַדיסקאַװ סטרומיללאַ און זביגניעװ מיכײדאַ. הײַנט איז דאָרט די מוזיק־אוניװערסיטעט אױפֿן נאָמען פֿון פֿרידעריק שאָפּען.
אינעם משפּחה־פֿאָטאָ־אַלבום קען מע געפֿינען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון משהן אין נאָכמלחמהדיקער װאַרשע. אױף אײן פֿאָטאָגראַפֿיע שטײט ער צוזאַמען מיט נינאַ און קיריל קאָנדראַשין לעבן אַ מוזיק־קראָם. אױף אַן אַנדערע פֿאָטאָפֿראַפֿיע זעט מען װײַנבערגן, אַ ביסל אַ פֿאַרקרימטן, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגן, טונקעלן מאַנטל. די צװײטע פֿאָטאָגראַפֿיע האָט אַן אױפֿשריפֿט אױף פּױלישׂ: װאַרשע, זשעלאַזנע־גאַס 66 און אױף רוסיש (אין האַלבע־לבונות): װו איך בין געבױרן געװאָרן. מע דערקענט אױך אַ פּרוװ צו שרײַבן דעם נאָמען פֿון דער גאַס מיט קירילישע אותיות.
ווייַטער אָרט