Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

די װאַרשעװער מלוכישע מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע (הײַנט מיזוק־אוניװערסיטעט אױפֿן נאָמען פֿון פֿ. שאָפּען)

אָקולניק־גאַס 2


אַ רעגולערע שול האָב איך אין פּױלן באַזוכט נאָר דאָס אײנציקע מאָל, און דאָס האָט אױך נישט געדױערט זײער לאַנג. דעמלט האָב איך געװױנט אין סאָסנאָװיעץ ־ דערמאָנט זיך לאָדאַ האַלאַמאַ. אַז איך האָב נאָך נישט געאַרבעט, בין איך געװען די בעסטע תלמידה אין דער קלאַס ־ אַזױ האָט געזאָגט דער דירעקטאָר. דעמאָלט האָט דער טאַטע מיך אַװעקגענומען פֿון דער שול, װײַל די פּיעסע איז נישט געװען אַזױ דערפֿלאָגלרײַך אָן מיר. מע האָט מיך געדאַרפֿט האָבן אין אונדזער טרופּע. אָבער איך בין געװען זײער פֿאַרצװײפֿלט, װײַל איך האָב ליב געהאַט דאָס לערנען זיך.

לאָדאַ האָט זיך װײַטער געלערנט בעת דעם טורנע, צװישן די פֿאָרשטעלונגען און פּראָבעס, בײַ באַשטעלטע פּריװאַטע לערערס. בשעת די נסיעות האָט זי געלערנט די פֿרעמדע שפּראַכן. װי אַ קינד האָט זי אױך באַקומען טאַנץ־לעקציעס און דערפֿאַרונגען האָט זי געזאַמלט אין דער משפּחה־טרופּע "האַלאַמעק" לערנערנדיק זיך פֿון טאַטע־מאַמע. ענלעך װי משה װײַנבערג.

די דאָקומענטן מוזן שטימען


26־טן סעפּטעמבער 1931 האָט שמואל שײַנבערג אַרײַנגעלייגט אַ ביטע , אַז זײַן זון זאָל אָנגענומען ווערן אין דער וואַרשעווער מוזיק-קאָנסערוואַטאָריע. מיט אַ דאָקומענט האָט ער געבראַכט אַ קאָפּיע פֿון אַ מעטריקע מיט דער דאַטע: 1־ער יאַנואַר 1919 צוגעבענדיק דעם יינגל אַ גאַנץ יאָר צו דער דאַטע װאָס מע האָט דערמאָנט אין משפּחה־דערצײלונגען. פֿאַרװאָס? מסתּמה האָט מען געװאָלט, אַז דער יונגער פּיאַניסט זאָל גיכער אָנגענומען װערן אין אַ מיטלשול בײַ וואַרשעווער מוזיק-קאָנסערוואַטאָריע, װו מע האָט געדאַרפֿט אָנהײבן לעקציעס מיט 12 יאָר? דער געבױרנטאָג פֿון משהן איז געװען בײַ סוף פֿונעם יאָר, אַז פֿונעם קוקװינקל פֿון דער שול־אַדמיניסטראַציע װאָלט ער נאָך געװען צו יונג.

אין דער קלאַס פֿון יוזעף טורטשינסקי


אין דער קאָנסערװאַטאָריע האָט ער באַזוכט אַ פּיאַנאָ־קלאַס פֿון יוזעף טורטשינסקי שפּילענדיק די שטיקער פֿון שאָפּען, לישט, באַך און טשײַקאָװסקי. חברים און מיזוק־קריטיקערס האָבן געשעצט זײַנע אינטערפּרעטאַציעס פֿון מאָדערנער מיזוק, צװישן אַנדערן פֿון אַנדזשײ פּאַנופֿניקן און זביגניעװ טורסקין. פּראָפֿעסאָר טורטשינסקי האָט אים געהאַלטן פֿאַר אײנעם פֿון צװײ בעסטע סטודענטן. אױך יוזעף האָפֿמאַן, װעלכער איז געװען אײנער פֿון די סאַמע בעסטע פּיאַניסטן אינעם 20־טן י''ה, האָט באַמערקט דעם טאַלענט פֿון משה װײַנבערגן.


אַ גרױסער חלום


אין דער קאָנסערװאַטאָריע האָט משה װײַנבערג זיך געלערנט צען יאָר: צו ערשט זעקס יאָר אין דער מיטלשול, דערנאָך דרײַ יאָר אין דער הױכשול. 1939 האָט דער יונדער משה געדאַרפֿט טראַכטן װעגן זײַן צוקונפֿט.

אין מײַ האָט יוזעף האָפֿמאַן געהערט משהן שפּילענדיקן אַ "איטאַליענישן קאָנצערט" פֿון יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך און "פֿאַנטאַזיע פֿון יסלאַמײ" פֿון מילייִאַ באַלאַקיריעװ. ער האָט געמאַכט אַזאַ אײנדרוק, אַז האָפֿמאַן האָט אים פֿירגעלײגט אַ קאָנטינואַציע פֿון די לימודים אין זײַן קורטיס אינסטיטיוט אין פֿילאַדעלפֿיע. ער האָט אױך צוגעזאָגט, אַז ער װעט אים העלפֿן באַקומען אַן אַמעריקאַנישע װיזע. משה װײַנבערג האָט אױך געטראַכט װעגן פּיאַניסטישע לימודים בײַ יגנאַצי יאַן פּאַדערעװסקי.

די ביאָגראַפֿן פֿון משה װײַנבערגן האָבן געפֿונען אַ ידיעה װעגן אַ רעטשיטאַל אין זומער 1939, װו ער האָט געשפּילט דעם III־טן פּיאַנאָ־קאָנצערט פֿון סיערגיײ ראַכמאַניאָװ ־ דאָס זאָל זײַן זײַן דיפּלאָם־קאָנצערט. אָבער מען האָט נישט באַװיזן צו געפֿינען משהס נאָמען אױף די רשימות פֿון אַבסאָלװענטן פֿון דער װאַרשעװער שול פֿון יוני 1939. אפֿשר האָט ער נישט אָנגענומען אָדער נישט געקענט אָננעמען זײַן דיפּלאָם, װײַל מע האָט אים באַקומען נאָר אַז מע האָט געװיזן אַ מאַטורע־אַטעסטאַט? מע װײַסט נישט, צי משה האָט יאָ געשריבן אַ מאַטורע־עקזאַם.

אין אַרטיסטישע משפּחות האָט מען אָפֿט נישט געשיקט די קינדער אין קײן רעגולערע שולן. זײ האָבן זיך געלערנט צװישן די פּראָבעס און פֿאָרשטעלונגען, אָפֿט האָבן זײ באַקונען פּריװאַטע לערערס, װעגן װאָס האָט דערצײַלט או.אַ. לאָדאַ האַלאַמאַ. ס'איז נישטאָ געװען קײן צײַט פֿאַר אַ שול. אָפֿטמאָל האָט מען אױך געהאַט נישט קײן געלט. װאָס שײכות די בילדונג פֿון משה װײַנבערגן, קען מען נאָר דעם נאָמען פֿון זײַן ערשטע פּיאַנאָ־לערערקע ־ פֿרױ מאַטולעװיטש. ס'איז מעגלעך, אַז װײַנבערג האָט קײן מאָל נישט געשריבן זײַן מאַטורע־עקזאַמען צוליב זײַנע אױפֿטריטן אין דער טרופּע פֿון לאָדאַ האַלאַמאַ.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע