Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

קינאָ "קאַסינאָ"

נאָװי־סװיאַט־גאַס 50


טעלעפֿאָנאָװיזאָר ־ אַ מכשיר, װעלכער דערמעגלעכט צו זען אַ פּערזאָן, װעלכע מע קלינגט אָפּ ־ ס'איז אַן אײַנפֿאַל פֿון פֿרעדעק, אַ יונגן אינזשעניר און פֿאַרטראַכטער, אַ העלד פֿונעם פֿילם " פֿרעדעק ברענגט מזל דער גאָרער װעלט". די מוזיק צו דעם פֿילם האָט געשריבן און געשפּילט אונטער אַנדערעם משה װײַנבערג. די מוזיק האָט באַקומען זײער גוטע רעצענזיעס. שלעכטערע רעצענזיעס האָט באַקומען דער פֿילם: נעגאַטיװע קריטיקעס האָט געקראָגן דער רעזשיסאָר און מאָנטאַזשיסט װי אױך דאָס געזאַנג פֿון דער הױפּט־אַקטריסע ־ אַ שטערן פֿון פּױלישע רעװיעס ־ לאָדאַ האַלאַמאַ.

װאַרשעװער לעבן געכאַפּט בשעת מעשה

און נישט קוקנדיק אױף דעם, איז דער פֿילם נישט געװאָרן נעגאַטיװ פֿאַראורטײלט פֿון דער טרױעריקער פּױלישער פֿילם־פּראָדוקציע. ס'איז דאָ עפּעס אַ שײן פֿון אינטעליגענץ. עפּעס אַ בעסערער מין פֿון אַ כװנה. נישטאָ קײן פּאַסקודנע פּנימער, קײן פֿאַרהאָרעװעטע פּנימער װי אין אַמעריקאַנישע צװײטקלאַסיקע פֿילמען. די פּנימער זענען הײמישע, מע טרעפֿט זײ אין װאַרשעװער גאַסן און אין װאַרשעװער קאַפֿען. אַ מין הומאָר, װעלכער איז מיט אַ כיװן, אַ מוסר, װעלכער װערט נישט דערגרײכט, האָט מען איבערגענומען פֿון שיכורים־סצענעס, װאָס מע האָט זײ געזעען אין די שענק אין דער מאַרשאַלקאָװסקאַ־גאַס אָדער אין דער נאָװי־סװיאַט־גאַס

־ האָט געשריבן סטעפֿאַניאַ זאַהאָרסקאַ אין "װיאַדאָמאָסצי ליטעראַצקיע".

די פֿאָלגן פֿונעם אױסטראַכטן אַ טעלעפֿאָנאָװיזאָר זענען געװען זײער שלעכטע ־ סײַ פֿאַר דעם פֿאַרטראַכטער גופֿא סײַ פֿאַר די סביבע אַרום אים. ער האָט געזען זײַן כלה אין אַ צװײטײַטשיקער סיטואַציע, דערנאָך האָט זיך די פֿרױ פֿון אַ שטיצער און אַ פֿאַבריקאַנט דערװוסט װעגן זײַנע אַװאַנטורעס מיט ליובאָװניצעס. סוף כל סוף האָט מען אױפֿגעהענגט דעם טעלעפֿאָנאָװיזאָר אין אַ רעסטאָראַן, װו ער האָט אַנטפּלעקט װײַטערדיקע סקאַנדאַלן. איז דער פֿילם געװען באמת אַזױ שלעכט, װי דאָס האָבן באַשריבן די קריטיקערס?

צום גליק קען מען זען דעם פֿילם אױך הײַנט און אַזױ אַרום בילדן אַן אײגנע מײנונג. די ליבהאָבערס פֿון אַמאָליקער אַרכיטעקטור װעלט שעצן די סצענעס געמאַכטע פֿון יעקב יִאָניללאָװיטשן אין דער אַלטער שטאָט, אין דער קאַנאָניאַ־גאַס, יִעזויצקאַ־גאַס און אױפֿן מאַרק. דער פֿילם איז אױך אַן אמתער אוצר פֿאַר די ליבהאָבערס פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער מוזיק.

די װעלט פֿון משה שײַנבערגן


דאָס קוקן פֿונעם פֿילם װעגן פֿרעדעקן איז װי אַ רײַזע אין די װעלט פֿון משה װײַנבערגן. זיצנדיק אין אַ פֿאָטעל, געפֿינען מיר זיך פּלוצעם אױף אַ הוליאַנקע, אין אַ מאָדנער קאַװיאַרניע, אין אַ מוזיק־טעאַטער אין פֿאַרמלחמהדיקער װאַרשע. מע הערט נישט נאָר װײַנבערגס מוזיק, מע זעט אױך דעם קאָמאָזיטאָר גופֿא זיצענדיק בײַ אַ פֿאָרטעפּיאַן. אינעם פֿילם זעט מען באַװוסטע אַרטיסטן, מיט װעלכע װײַנבערג האָט געמאַכט אַ טריאָ און איז געפֿאָרן אױף אַ טור איבער פּױלן: לאָדאַ האַלאַמאַ און יִוסף טשאַפּליצקי, אַן אָפּערע־זינגער, װעלכער האָט אױך געזונגען פּשוטערע לידער.

אינעם פֿילם איז אױך אױפֿגעטרעטן אַ פֿרױען־קאַבאַרעט־טרופּע "פֿיר װאַנדעס" פֿון װאָרבאָנד־דאָמבראָװסקאַ. די לידער, װעלכע מע האָט געניצט אין "פֿרעדעק" האָט אױך געשריבן װיטאָלד קרופּינסקי, אַ מחבר פֿון מעלאָדיעס צו אַ סך באַרימטע פֿאָקסטראָטן און סלאָװפֿאָקסן. מע קען זײ הערן אױך הײַנט, װײַל זײ זענען אױפֿגענומען געװאָרן אױף די פּליטעס פֿון סירענאַ־רעקאָרד.

דעם אָרקעסרער האָט געפֿירט יגאָ װעסבי, אַ דיריגענט פֿונעם לעגענדערן "קװי פּראָ קװאָ", װעלכער האָט שפּעטער צוזאַמענגעאַרבעט מיט אַנדרשײ װלאַסטן בײַ די רעװיעס. אין די יִאָרן 1937־1939 איז ער געװען אַ דיריגענט פֿונעם מוזיק־טעראַטער אין דער קאַראָװאַ־גאַס, װו אױך האָט געאַרבעט משה װײַנבערג. מע קענט נישט די אומשטאַנדן, אין װעלכע דער יונגער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט האָט אָנגעהױבן צוזאַמענצואַרבעט מיט "גרױסער רעװיע" פֿון אַנדזשײ װלאַסטן װי אױך מיט לאָדאַ האַלאַמאַן.

װאַרסאַװיאַ־פֿילם


" פֿרעדעק ברענגט מזל דער גאָרער װעלט " איז געװען דער אײנציקער פֿילם פֿון פֿירמע "װאַרסאַװיאַ־פֿילם", װעלכע האָט געהאַט אַ זיץ אין סאַמע צענטער פֿון װאַרשע, אין דער נאָװאָגראָדזקע־גאַס 6. אַ פּאָר טעג פֿאַר דער פּרעמיערע האָט זיך די פֿירמע איבערגעקליבן אין פּאָװיסלע, אין די פֿראַנצישעק־סאַלעזי־גאַס 1. דער פֿילם איז פּראָדוצירט געװאָרן אינעם מאָדערנעם אַטעליע "פֿאַלאַנגאַ", װעלכער האָט אין סעפּטעמבער 1936 געהאַט צװײ טאָן־סטודיאָס: אין דער טרעמבאַצקע־גאַס און אין דער שאָפּען־גאַס. דער רעזשיסאָר איז געװען זביגניעװ זיעמבינסקי.

די פּרעמיערע איז געװען דעם 17 סעפּטעמבער 1936 אין װאַרשעװער קינאָ "קאַסינאָ" אין דער נאָװי־סװיאַט־גאַס 50. דאָס איז געװען אַ קלאַסיציסטישער בנין פֿון יאַן װיללערט, געבױט אין אָנהײב פֿון 19־טן יאָרהונדערט און װידער צוריקגעבױט נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. אױף די פֿאַרמלחמהדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען אַ קינאָ־נעאָן און פֿילם־רעקלאַמעס, װאָס זענען געהאָנגען פֿון פֿאָרנט, אינעם אָרט װו הײַנט איז דאָ די גאַלשטינסקיעגאָ־גאַס.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע