Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL


"עליזעום"־טעאַטער און "גרױסע רעװיע"

קאַראָװאַ־גאַס 18

טעאַטער־ליבהאָבערס קענען דעם אָרט אַלס אַן אָרט, װו די לעגענדערע װילנער טרופּע האָט פֿאָרגעשטעלט דעם "דבוק" פֿון שמעון אַנ־סקין. די פֿאָרשטעלונג האָבן באַזוכט מאַסן פֿון מענטשן, אײנװױנערס פֿונעם צפֿון־קװאַרטאַל. אינעם זעלביקן אָרט האָט מען שפּעטער געקען זען אַ רעװיע פֿון אַנדזשעי װלאַסט, װאָס איז רעזשיסירט געװאָרן מיט פּאַריזער אימפּעט. אין "עליזעום"־טעאַטער האָט געשפּילט משה װײַנבערג װי אױך זײַן טאַטע שמואל.

אַ גאַלעריע מיט אײן בילד


"עליזעום"־טעאַטער האָט מען פֿאַרריכט אינעם בנין, װאָס איז געבױט געװאָרן 1897 כדי צו װײַזן אַ בילד, װאָס גילט ביז הײַנט צו טאָג פֿאַר דעם גרעסטן רעליגיעזן בילד אין דער גאָרער װעלט. דאָס איז געװען "גאָלגאָטע" פֿון יאַן סטיקאַ. פּאַנאָראַמעס זענען געװען אין מאָדע אין 19־טן י''ה: גרױסע בילדער אין אַ באַזונדערש פֿאַר זײ צוגעגרײטן אָרט צװישן דעם עולם און דעם בילד, אַזױ אַרום, אַז די צושױערס טראַכטן אַז זײ נעמען אָנטײל אין די געמאָלענע געשעענישן.

סטיקאַס בילד איז געװען אזױ גרױס, אַז מען האָט פֿאַר אים געדאַרפֿט בױען אַ באַזונדערעם בנין, װײַל אין װאַרשע איז נישטאָ געװען קײן פּלאַץ. אַזױ אַרום איז אַנטשטאַנען די ראָטונדע אין דער קאַראָװאַ־גאַס, װעלכע איז געשטאַנען הינטער דעם "בריסטאָל"־האָטעל. דער אומטיפּישער בנין איז פּראָיעקטירט געװאָרן פֿון קאַראָל קאָזלאָװסקי און האָט אַ קװאַדראַטישן דיאַמעטער פֿון 40 מעטער און איז געװען 42 מעטער הױך. ער האָט געהאַט צװײ שטאָקן, און אַ פֿאַסאַד, װאָס האָט געהאַט נישט קײן פֿענצטער. דאָס הױז איז פֿאַרצירט געװאָרן מיט שניצערײַען פֿון לעאָפּאָלד װאַסילקאָװסשקין און יאַן װאָידיגאַן.

הײַנט איז נישטאָ קײן סימון פֿון דער ראָטונדע אין דער קאַראָװאַ־גאַס. דער בנין איז צעשטערט געװאָרן 1939 בעת דער באָמבאַרדירונג פֿון װאַרשע. הײַנט שטײנען דאָ נײַע הײַזער: קאַראָװאַ 14/16, קאַראָװאַ 18 און קאַראָװאַ 18אַ.

טעאַטער און גליטשער־זאַל אין אײנעם


די קאָנסטרוקציע פֿונעם בנין איז געװען אַ פּאַסיקע פֿאַר אַ פֿאַרװײַלונגסזאַל. דעם שטח אינעם ערשט שטאָק האָט מען נישט געניצט װי אַן אױסשטעלונגסזאַל. שױן 1904 האָט מען דאָרט געעפֿנט אַן "עליזעום"־טעאַטער מיט אַ זאַל פֿאַר 550 מענטשן. פֿיר יאָר שפּעטער איז אין דער קאַראָװאַ־גאַס אױפֿגעטרעטן אַ יידישע טעאַטער־טרופּע פֿון אברחם קאַמינסקין. די בעל־ביתים האָבן אָבער געזוכט נאָך אַנדערע אײַנפֿאַלן פֿאַר זײער געשעפֿט. אין דער ראָטונדע האָט מען אינעװײניק נו געעפֿנט אַן גליטשער־זאַל און פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז דאָרט געװען אַ קינאָ מיט דעם נאָמען "עליזעום ־ פּאַלאַיס ד'ילוסיאָן" און שפּעטער "פּאַנאָראַמאַ־סימענאַ". די פּאַנאָראַמעס זענען נישט מער געװען אין מאָדע. אַנשטאָט גרױסע, סטאַטישע בילדער, האָט מען ליב געװונען באַװעגלעכע בילדער. מע האָט נישט געװוסט װאָס צו טאָן מיט די בנינים װעלכע זענען דאָ יאָ געװען.


"עליזעום" צװישן די בײדע װעלט־מלחמות


אין די 20־ער יאָרן האָט מען אין דער קאַראָװאַ־גאַס געקענט זען פּיעסעס פֿון פֿאַרשיידענע יידישע טרופּעס. מיט אַ טײל פֿון זײ האָט געאַרבעט שמואל, װעלכער האָט געשפּילט אױף דער בינע זינט ער איז געקומען קײן װאַרשע.

נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן אין דער קאַראָװאַ־גאַס געאַרבעט צװײ טעאַטער־בינען. דאָרט האָט מען אױך געװיזן דעם "דבוק". אַנ־סקיס פּיעסע איז אַדאַנק דער פּרעכטיקער פֿאָרשטעלונג פֿון װילנער טרופּע געװאָרן זײער פּאָפּולער. מע האָט זי געשפּילט אין יידישע טעאַטערס אין און אַחוץ פּױלן. מע האָט זי אױך פֿאַרטײַטשט אין אַנדערע לשונות. נאָך פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט מען פֿון דער פּיעסע געמאַכט אַ פֿילם. מיט פֿאַרגעניגן האָט מען אױך געהערט מוזיק פֿון "דבוק" אױף "סירענאַ־רעקאָרדס" פּליטעס (קאַטאַלאָג־נומער 5120) ,אױף װעלכע האָט געשפּילט למשל שמואל װײַנבערג.

אַ יאָרצענדליק שפּעטער האָט מען אין בײדע זאַלן געװיזן פּיעסעס אױף פּױליש, אױך מוזיק־האַלעס און קאַבאַרעטן. אין די 30־ער יאָרן האָט מען פֿאַר אַ סך געלט רעמאָנטירט די ראָטונדע, כדי צו פֿאַרבינדען בײדע זאַלן אין אײנעם גרױסן טעאַטער־זאַל פֿאַר 1700 מענטשן און אַ בינע, װאָס איז געװען גרעסער אַלס די בינע אינעם "טעאַטר װיעלקי". דאָס זאָל זײַן אַ טעאַטער פֿונעם פֿאַראײן פֿון פּױלישע בינען־קינסטלערס, אָבער ער איז שױן 1932 פֿאַרמאַכט געװאָרן צוליב די חובות.

דער גרױסער טומל און קײן געלט־פֿליסיקײט


ס'איז געװען שװער צו באַהײצן דעם גרױסן בנין. דער עולם האָט אָפֿט געמוזט זיצן בעת די פֿאָרשטעלונגען אין מאַנטלען. די קאָסטן פֿון פּאָרשטעלונגס־פּראָדוקציעס זענען געװען זײער הױך. דאָס האָט אָבער נישט אַנטמוטיקט אַנדרשעי װלאַסט, װעלכער האָט אין דער קאַראָװאַ־גאַס פֿאַרמאַכט און געעפֿנט נײַע טעאַטערס. ער איז געװען זײער קינסטלערישער דירעקטאָר און אַ מבין פֿון רעװיעס אין פּאַריזער סיטל. אַחוץ דעם נאָמען, װעלכער האָט זיך געביטן פֿון "גרױסע רעװיע" צו "גרױסע אָפּערעטע", האָט זיך קױם װאָס געביטן.

אַנדזשײ װלאַסעס אײַנפֿאַל איז געװען צו באַשעפֿטיקן באַװוסטע בינען־שטערן, די בעסטע טעקסט־שרײַבערס (יוליאַן טוװים) און אױסגעצײכנעטע און אױסגעפּרוװטע מוזיקערס. אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען האָבן געשפּילט: פֿרידעריק יאַריסי, אַדאָלף דימשאַ, "דאַנאַ"־כאָר און יונגער משה װײַנבערג. דער קאָמפּאָזיטאָר האָט אַמאָל דערמאָנט זײַן אַרבעט אין "װיעלקאַ רעװיאַ", װו ער האָט געאַרבעט אַלס אַ פּיאַניסט, מוזיק־מחבר און אַראַנזשירער. צום באַדױערן דערמאָנט ער נישט די פּיעסעס. די לעצטע "װיעלקאַ רעװיאַ" האָט געאַרבעט ביז אָנהײב 1939.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע