1940 איז משה װײַנבערג געקומען קײן מינסק, װו ער האָט אָנגעהױבן שטודירן די קאָמפּאָזיטאָר־לימודים. כדי כאָטש פֿאַר אַ מינוט צו פֿאַרגעסן װעגן מלחמה־קאָשמאַר און זײַנע דערלעבענישן, האָט ער געלײענט די פּאָעזיע פֿון יוליאַן טוװימען. אַזױ איז אױסגעקומען "די אַקאַציע", אָפּ. 4.
שפּעטער איז שײַנבערג מודה געװען, אַז טוװים האָט געמאַכט אױף אים אַ גרױסן רושם, פּונקט װי דימיטר שאָסטאַקאָװיטש.
װײַנבערג האָט געשריבן מוזיק אױך צו אַנדערע לידער פֿון טוװימען: "ציגײַנער־ביבליע", "דערמאָנונג", "אַלטע בריװ", "אָ, דו גרױער נעפּל" און "װערטער אין בלוט". די VIII סימפֿיניע "פּױלישע בלומען", װאָס איז אַראָפּגענומען געװאָרן פֿונעם פּראָגראַם פֿון װאַרשעװער האַרבסט 1966, האָט אױך אַ סך רמזים צו די לידער פֿון דעם פּאָעט. אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון טוװימען איז געהאָנגען איבער משהס שרײַבטיש, גלײַך לעבן דער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שאָסטאַקאָװיטשן.
זײ האָבן זיכער צוזאַמענגעאַרבעט אין די רעװיעס פֿון אַנדזשײ װלאַסט, הגם ס'איז הײַט זײער שװער צו זאָגן, אױב זײ האָבן זיך אַמאָל פּערזענלעך געטראָפֿן. צװישן זײ איז געװען אַ גרױסער אַלטער־אונטערשײד (איבער 25 יאָר) און אַן אונטערשײד אין דער ראָלע אין דער קינסטלערישער װאַרשעװער סביבה. יוליאַן טוװים האָט געליטן אונטער דױערנדיקע מורא־צושטאַנדן און איבער װאָכן איז ער נישט אַרױסגעגאַנגען פֿון דער הײם. דער פּערזענלעכער קאָנטאַקט מיט דעם פּאָעט איז געװען אַ שװערער.
בײדע האָבן פֿאַרלאָזן װאַרשע אָנהײב 1939. טוװים איז דעם 5־טן סעפּטעמבער אַװעקגעפֿאָרן מיט אַן אױטאָ, װײַנבערג איז צװײ טעג שפּעטער געגאַנגען צו פֿוס. צװישן די זאַכן װעלכע ער האָט געפּאַקט, זענען געװען זײַנע ערשטע קאָמפּאָזיציעס: "דאָס װיגליד" פֿון 1935, "דער I פֿידל־קװאַרטעט" פֿון 1937 און צװײ "מאַזורקעס" פֿון 1933 ־ אָט די, װאָס ער האָט נישט געװאָלט שפּילן אױף ביס בעת די קאָנצערטן מיט לאָדאַ האַלאַמאַ, כאָטש זי האָט זײ זײער ליב געהאַט.
שפּעטער האָט דער קאָמפּאָזיטאָר גערעדט װעגען זײַנע פֿריע שטיקער מיט אומדרך־ארץ און האָט זײ נישט געשעצט. זײ האָבן אים אָבער באַגלײט בעשת שװערע מלחמה־יאָרן און װאָלגער־יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַז זײ זענען יאָ װיכטיק פֿאַר אים, האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ סך יאָרן שפּעטער.
אין די 80־ער יאָרן האָט ער באַװיזן צו בײַטן דעם נאָמען "מױסיעי", װעלכער איז געשטאַנען אין זײַנע סאָװיעטישע דאָקומענטן. אינעם בריװ צו קרשישטאָף מײער פֿון 1988 דערקלערט ער פֿאַרװאָס:
"איך האָב געװאָלט צוריקקערן צו מײַן אמתן נאָמען, װײַל אין די אײנציקע נישט חרוב געװאָרענע דאָקומענטן ־ אין מײַנע קאָמפּאָזיציעס ־ האָב איך געהאַט דעם נאָמען 'מיעטשיסלאַװ'. אַװעקפֿאָרנדיק פֿון װאַרשע, דערנאָך פֿון מינסק, האָב איך מיטגענומען נאָר מײַנע שטיקער און יעדע גראַפֿאָלאָגישע־עקספּערטיזע װעט באַשטעטיקן, אַז זײער מחבר איז געװען משה װײַנבערג. איך װיל צוריקקומען צו דעם."
1939 האָט יוליאַן טוװים געלאָזט זײַן גרױסע ביבליאָטעק און אַ זאַמלונג פֿון צײַטונגס־אױסשניטן, װאָס ער האָט געהאַלטן אין זײַן דירה אין דער מאַזאָװיעצקאַ־גאַס 7. פֿון זײַן ביכער־זאַמלונג האָט מען בעת דעם װאַרשעװער אױפֿשטאַנד געבױט באַריקאַדעס. אײנצעלנע ביכער זענען צוריקגעקומען צום פּאָעט נאָך לאַנג נאָך דער מלחמה. זײנע יוגענט־װערק האָט ער דעמאָלט געפּאַקט אין אַ באַזונדערן טשעמאָדאַן.
װען דעם 5־טן סעפּטעמבער אין דער פֿרי האָב איך געמוזט אַנטלױפֿן פֿון װאַרשע ראַטעװענדיק זיך פֿאַר האָרדעס פֿון טױטאָנישע פֿאַשיסטן, האָב איך נישט געקענט נעמען מיט זיך דעם טשעמאָדאַן. ס'איז נישטאָ געװען קײן פּלאַץ אינעם מיט מענטשן געפּאַקטן אױטאָ. אַזױ האָט מען באַגראָבן אין דער ערד דידאָזיקע טרומנע מיט מײַן שרײַבער־יִרושה און צערטלעכע זכרונות פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט. ניטשאָ געװען קײן אײן טאָג אָן צו טראַכטן װעגען דעם.
־ האָט געשריבט דער פּאָעט נאָך דער מלחמה, אַז ער האָט באַװיזן צוריקצובאַקומען אַ טײל פֿון זײַנע װערק.
יוליאַן טוװים האָט געגעבן זײַן טשעמאָדאַן קאַזימיעזש גאַצן, דעם סטראָזש פֿון "װיאַדאָמאָסצי ליטעראַצקיע". ער האָט אים געבעטן צו באַגראָבן דעם טשעמאָדאַן אינעם קעלער פֿונעם הױז אין דער טשערניאַקאָװסקאַ־גאַס 184, װו אַ מאָל האָט געװױנט די משפּחה טוװים. קאַזימיעזש גאַץ האָט אים אָבער באַגראָבן װואַנדערש ־ אינעם הױף פֿונעם הױז אין דער זלאָטע־גאַס 8. אין דערזעלביקער גאַס אונטער נומער 5 האָט געװױנט דער רעדאַקטאָר פֿון "װיאַדאָמאָסצי ליטעראַצקיע" מיעטשיסלאַװ גרידזעװסקי. נאָך דער מלחמה האָט מען געפֿונען דעם טשעמאָדאַן ערשט אין יאָר 1946. די פּאַפּירן האָבן פֿאַרפֿױלט צוליב דער פֿײַכטקײט. אַ כתב־יד, װאָס איז ניצול געװאָרן, האָט מען אַרױסגעגעבן אונטער דעם טיטל "דער פּעגאַז פֿונעם דאָמב".
ווייַטער אָרט