Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

דער "צענטראַל"-טעאַטער

לעשנאָ־גאַס 1

אַ סך מעשיות האָט מען דערצײלט װעגן דעם צוריקגעבױטן קלאַסיציסטישן בנין, װאָס האָט זיך געפֿונען אױף דער אומגראָדער זײַט פֿון דער סאָלידאַרנאָסצי־אַלײ, כמעט ראָג באַקאָװי־פּלאַץ. בעת דער אָקופּאַציע איז דער בנין געװען אין געטאָ. אין גרױסע צימער האָט מען אײנקװאַטירט דעם יידישן "טשיסטע"־טעאַטער. זײַן צענטראַלע האָט זיך געפֿונען אחוץ דעם געטאָ.

פֿאַר דער מלחמה איז דאָרטן געװען דער זיץ פֿון שנאַפּס־פֿאַבריק. ביזן מײַ 1925 האָט זיך דאָרטן געפֿונען אַ "צענטראַל"־טעאַטער ־ אײנער פֿון די שטענדיקע טעאַטערס אין װאַרשע. װאָסערע משפּחה־געשיכטן פֿאַרבינדן משה װײַנבערט מיט אָט דעם אָרט?

אַ זכרון־כאַפּ װעגן צװישנמלחמהעדיקער װאַרשע


די געשיכטע פֿון קינדהײט און יוגנט פֿון משה שײַנבערגן איז אַ קאָלעקציע פֿון דערמאָנונגען, װאָס זענען שװער צוזאַמענצופֿירן צו אַ שכלדיקער דערצײלונג. אין אָפֿיציעלע אינטערװיוען, װאָס װײַנבערג האָט געגעבען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער זיך שטאַרק באַמיט נישט צו דערצײלן קײן פּרטים. מע האָט זײ געקענט ניצן קעגן אים אָדער קעגן זײַנע נאָענטע. ער האָט אױך רעדאַקטירט זײַנע אָפֿיציעלע ביאָגראַפֿיעס, װאָס זענען אַנטשטאַנען פֿאַר סאָװיעטישער אַדמיניסטראַציע. עס לײגט זיך אױפֿן שכל, אַז ער איז אַנטלאָפֿן פֿון טרױמאַטישע דערמאָנונגען: אַנטלױפֿן פֿון װאַרשע בײַ אָנהײב פֿון דער מלחמה, פֿאַרפֿאָלגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין 40־ער און 50־ער יאָרן פֿונעם 20סטן י"ה.

דאָס, װאָס מען װײסט (כמעט) זיכער


1919 האָט זיך אָפּגעהאַלטן אינעם זאַל פֿון צענטראַל־טעאַטער אין דער לעשנאָ־גאַס 1 אַ גרינדונגס־זיצונג פֿון פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַרײן פֿון יידישע קינסטלערס. אין דער זיצונג האָט אָנטײלגענומען שמואל װײַנבערג. ער איז אױך געװען אין דער קאָלעגיע.

מיט דעם "צענטראַל"־טעאַטער איז אויך פֿאַרבונדען די אַקטריסע סאָניע ווײַנבערג (אָדער סאָניע קאַרל). איר געשטאַלט באַווײַזט זיך אין רעלאַציעס וועגן משהן און זײַן טאַטן. איר נאָמען װערט דעמאָנט אין אַזױ פֿיל קאָנטעקסטן, אַז ביז הײַנט צו טאָג איז מען נישט זיכער, ווער זי איז געווען. מע האָט איר געהאַלטן פֿאַר שמואלס ווײַב, די מוטער פֿון זײַן זון. אַן אַנדער היפּאָטעז שטעלט פֿאָר, אַז דאָס איז געווען שמואלס ערשטע פֿרוי, מיט וועלכער ער האָט זיך געגט, איידער ער האָט חתונה געהאַט מיט משהס און אסתּרס מאַמען. לויט אַנדערע האָט סאָניע ווײַנבערג געזאָלט זײַן שמואלס אַ שוועסטער. אין משפּחה־זכרונות דערמאָנט מען זיך אין 12 װײַנבערגס ברידער און שװעסטער װאָס האָבן געװױנט אין קעשענעװ. ביז הײַנט צו טאָג איז געבליבן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שמואל מיט זײַנע שװעסטער ־ סאָניע און אַדעלע. מע קענט נישט קײן נעמען פֿון איבעריקע ברידער און שװעסטער. מיר װײסן נאָר, אַז סאָניע װײַנבערג איז געװען פֿאַרבונדן מיט "צענטראַל"־טעאַטער.

שמואל האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אינעם טעאַטער באַלד נאָך זײַן אָנקומען קיין וואַרשע בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. די האָנאָראַרן פֿאַר אַרויסטרעטן אינעם "צענטראַל"-טעאַטער זײַנען אַפּנים געווען אַ וויכטיקע טייל פֿונעם משפּחה-בודזשעט, ווײַל נאָך דעם, ווי דער טעאַטער איז פֿאַרמאַכט געװאָרן און דער אַנסאַמבל פֿאַנאַנדערגעלאָזט אין מיטן 20-ער יאָרן, האָט זיך דער פֿאָטער רעגיסטרירט ווי אַן אַרבעטסלאָזער..

דער זכרון מאַכט אַ מאָל טעותן

1914אָנגעקומען אין יאָר פֿאַרן קריג, קײן לאָדרש, צו זאַנדבערגן. 1916 אָנגעקומען אין טעאַטער "צענטראַל" אין װאַרשע, אַריבער אין נײַ געבױדן טעאַטער "סקאַלאַ"

־ ס'איז אַ פֿראַגמענט פֿון ביאָגראַפֿיע פֿון שמואל שײַנבערגן, װאָס ער האָט געשריבן פֿאַר דעם "לעקסיקאָן פֿון יידישן טעאַטער" פֿון זלמן זילבערצװײג. דערזעלביטער מקור גיט אױך אינפֿאָרמאַציעס (מוטל־בספֿק) װעגן משפּחה־ און אַרבעטס־לעבן פֿון סאָניע װײַנבערג.

ס'איז מעגלעך אַז מע האָט פֿאַרמישט דעם "צענטראַל"־טעאַטער, װאָס איז פֿאַרמאַכט געװאָרן אין דער העלפֿט פֿון די 20־ער יִאָרן, מיט אַן אַנדערן טעאַטער מיט ענלעכן נאָמען. לעולם האָט אין דער דזיקע־גאַס 9 זיך געפֿונען אַ טעאַטער מיט דעם נאָמען "צענטראַל". דער טעאַטער האָט אָבער נישט קײן שײכות געהאַט צו דעם טעאַטער פֿון דער לעשנאָ־גאַס. דער טעאַטער איז פֿאַרמאַכט געװאָרן 1933 און אין דעם בנין האָט זיך באַזעצט "אוניאַ־קינאָ".

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע