Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

מוזיק-פֿירמע "סירענאַ רעקאָרד"

דרום-מעריבֿ פּאַווילאָן פֿון פּאַלאַץ פֿון וויסנשאַפֿט און קולטור, פֿאַר דער מלחמע כמיעלנאַ־גאַס 66

דער טאַנץ פֿון "דבוק": פֿילד־סאָלאָ געשפּילט פֿון שמואל װײַנבערגן, אַ מוזיק־דירעקטאָר אינעם יידישן אָפּטײל פֿון דער מוזיק־פֿירמע "סירענאַ רעקאָרד"

־ אַזױ האָט מען פֿאָרגעשטעלט משהס טאַטן אױף דער פּליטע מיט דעם נומער 5120. נישטאָ קײן דאָקומענטאַציע צו זײַן באַשעפֿטיקונג אין דער װאַרשעװער מוזיק־פֿירמע.

"סירענאַ רעקאָרד"

די מוזיק-פֿירמע "סירענאַ רעקאָרד" איז געגרינדט געװאָרן אין װאַרשע 1904 און האָט געהאַט אַ גרױסן דערפֿאָלג. זי האָט אַרױסגעקװעטשט די קאָנקורענץ און איז געװאָרן אַ מאַגנאַט אין דער גאַנצער רוסישער אימפּעריע. פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט מען דאָרטן פּראָדוצירט 2,5 מיליאָן פּליטעס אַ יאָר. דער זיץ פֿון דער פֿירמע איז געװען פֿון 1912 אין אַ הױז אין דער כמיעלנאַ־גאַס 66. אינעם הױף האָט מען געבױט אַ פֿאַבריק. בײַ אָנהײב זענען די יידישע פּליטעס געװען נישט קײן װיכטיקער טײל פֿון דער טעטיקײט פֿון "סירענאַ רעקאָרד". דאָס האָט זיך געביטן צװישן די בײדע װעלט־מלחמות.

בעת דעם ערשטן װעלטקריג האָט די מוזיק־פֿירמע אַ סך געליטן, אַבער איר באַזיצער ־ יוליוש פֿײגענבױם האָט יאָ באַװיזן צוריקצובױען די פֿירמע. ער האָט אױך ניצול געװאָרן דעם גרױסן פֿינאַנץ־קריזיס אין די 20־ער יאָרן. שװעריקײטן איז מען בײַגעקומען 1925. זינט דעמלט האָט מען אין "סירענאַ רעקאָרד" אױפֿגענומען אַ סך פּליטעס. צו דער פֿירמע האָט מען צוגעצױגן באַקאַנטע קינסטלער, װאָס האָבן געשפּילט קלאַסישע מוזיק און פֿאַרװײַלונגס־מוזיק װי אױך אַרטיסטן פֿונעם קאַבאַרעט.

די דײַטשן האָבן די פֿאַבריק געהאַלטן פֿאַר אַ "יידישן פֿאַרמעגן". די פּראָדוקציע איז אָפּגעשטעלט געװאָרן, די מאַשינען אַװעקגעבראַכט. די בנינים פֿון דער פֿאַבריק זענען ניצול געװאָרן די מלחמה, נאָר דער פֿאַסאַד איז צעשטערט געװאָרן. מע האָט זײ אָבער צענומען בױענדיק דעם פּאַלאַץ פֿון וויסנשאַפֿט און קולטור. הײַנט שטײט דאָרט דער דרום-מעריבֿ פּאַווילאָן פֿון פּאַלאַץ פֿון וויסנשאַפֿט און קולטור (טעכניק־מוזײ).

װי אין אַ בעקערײַ

לױט די װערטער פֿון מיעטשיסלאַװ פֿאָגג, איז געװען דער אַרבעט־טעמפּ אין דער פֿירמע װי אין אַ בעקערײַ. װיכטיק זענען געװען נײַעס, לידער און קאַבאַרעט־שטיקער. מע האָט אױפֿגענומען גאַנצע פּראָגראַמען און די בעסטע שטיקער פֿון די באַקאַנטסטע פּױלישע און יידישע טעאַטערס. גײענדיק אױף אַ פּרעמיערע פֿון אַ פֿאָרשטעלונג, האָט מען גלײַך געקענט קױפֿן אַ פּליטע.
די קינסטלער האָבן געדאַרפֿט אױפֿנעמען זײערע פּליטעס אין אײַלעניש.

דער בעל־הבית [...] פֿון דער מוזיק־פֿירמע האָט זײ געגעבן צען־פֿופֿצען לידער מיט אַ מאָל. [...] ער איז געגאַנגען צו אַ דיריגענט, װעלכער האָט זײער גיך צוגעגרײט די לידער (זעקס "שטיקל" אַ טאָג). באַלד האָט מען זײ אױפֿגענומען. לעבן דעם קינסטלער איז געשטאַנטען הענריק גאָלד אָדער אַן אַנדערער פֿידלער און געשפּילט די מעלידיע

־ דערמאָנט זיך מיעטשיסלאַװ פֿאָגג אין דער אױטאָביאָגראַפֿיע "אָד פּאַלאַנטאַ דאָ בעלצאַנטאַ".

װי איז געװען די אַרבעט פֿון אַ פֿידלער אין דער מוזיק-פֿירמע "סירענאַ רעקאָרד"?

דער סטודיאָ איז געװען אין דער כמיעלנאַ־גאַס. ער איז געװען קלײן. ס'איז דאָ געװען אַ טובע, װעלכע האָט געדינט אַלס אַן אױפֿנאַמע־מכשיר. אױף דער אַנדערער זײַט פֿון דער טובע איז באַפֿעסטיקט געװאָרן אַ נאָדל, װאָס מען האָט אַראָפּגעלאָזט אױף אַ װאַקסן־פּליטע. די טעמפּע האָט מען געריכטעװעט מיט שװערע מעטאַל־קלעצלעך, װעלכע מע האָט אַרױפֿ־ אָדער אַראָפּגערעכנעט. דאָס איז געװען אַ הײבער. האָט דער מכשיר אױפֿגענומען אַלע אינסטרולענטן? נײן! פֿילד, צום בײַשספּיל, זענען געװען מיט דער טובע אױף אַ זײַט און פֿאַרבונדן פֿון אונטן

־ האָט געשריבן זיגמונט קאַראַסינסקי אין "דזשעז"־צײַטשריפֿט אינעם יאָר 1966 (נר. 7/8). קאַראַסינסקי איז געװען דער פּױלישער דזשעז־פּיאָניר, װעלכער האָט אױפֿגענומען אין דער כמיעלנאַ־גאַס 1924.

דער אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער מוזיק סעקציע

משה ווײַנבערגס פֿאָטער האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אין דער מוזיק־פֿירמע "סירענאַ־רעקאָרדס" אין די 20־ער יאָרן. ער האָט געדאַרפֿט האָבן פּרנסה, װײַל ער איז געװען אין פֿינאַנציעלע שװיריקײטן און האָט געמוזט קעמפֿן מיט דער אַרבעטסלאָזיקײט.

קוקנדיק אױף די ניצול געװאָרענע פּליטעס איז שמואל װײַנבערגס ספּעציאַליטעט געװען די טעאַטער־עסטראַדע־מיזיק און חזנות. אַזאַ פֿאַרבינדונג דאַרף זײַן מאָדנע, אָבער די חזנים, װעלכע האָבן געהאַט װונדערבאַרע קולות, האָט מען געהאַלטן פֿאַר שטערן. אַ סך פֿון זײ זענען געװען באַװוסט נישט נאָר צוליב זײערע תּפֿילות אין שולן, נאָר אױך צוליב קאָנצערטן און אָפּערע־אַריעס װי אױך פֿאָלקס־לידער. זײערע פּליטעס זענען געװען זײער פּאָפּולער און פֿונעם קוקװינקל פֿון דער פֿירמע איז געװען כדאַי זײ אַרױסצוגעבן.

ס'איז נישטאָ קײן פֿולער קאַטאַלאָג פֿון דער יידישער סעקציע פֿון דער מוזיק-פֿירמע "סירענאַ רעקאָרד". די פּליטעס־באַשרײַבונגען נעמט מען פֿון פֿאַרשײדענע קאָלעקציעס פֿון פּױלן און אַחוץ.

שמואל ווײַנבערג האָט רעקאָרדירט זאַכן פֿון דער ייִדישער עסטראַדע ווי אויך חזנות, ווי אַ פֿידלער-סאָליסט און דער דיריגענט פֿונעם אָרקעסטער. צווישן ביידע וועלט-מלחמות פֿלעגן די מוזיק-פּליטעס מיט רעקאָרדירטע פֿאָרשטעלונגען זיך באַווײַזן צוזאַמען מיט דער פּרעמיערע, און מע האָט זיי געקענט קויפֿן שוין אין אַ טעאַטער. אַ דאַנק דעם קענען מיר זיך צוהערן צו דער מוזיק, וואָס האָט באַגלייט משה ווײַנבערגס קינדהייט.

פֿון "דבוק"־טאַנץ ביז צור "על חטא"־טפֿילה

אינעם בוך פֿון טאָמאַש לערסקי װעגן געשיכטע פֿון דער מוזיק־פֿירמע "סירענאַ־רעקאָרדס" קען מען געפֿינען אַן אינפֿאָרמאַציע, אַז די פֿריסטע באַקאַנטע פּליטע מיט שמואלס אױפֿנאַמע איז "דער טאַנץ פֿון דבוק".

דער טאַנץ פֿון דער זײער באַװוסטער פּיעסע פֿון אַנ־סקין גיט אַ מעגלעכקײט צו הערן שמואלן שפּילענדיק פֿידל סאָלאָ. ער איז געװען אַן אױטאָדידאַקט, געלערנט שפּילן פֿידל מיט זיבן יאָר. אַמאָל, אַז ער האָט געשפּילט בײַ אָפֿנענעם פֿענצער, האָט אַ ציגױנערישער װאָלגער־מוזיער געהערט זײַן שפּילן. ער איז געװען פֿאַרכישופֿט פֿון יינגלס טאַטאַלט און האָט אים פֿירגעלײגט געבן אים לעקציעס ־ אָן דערפֿאָלג.

אַדאַנק די עסטראַדע־קאָנטאַקטן פֿון שמואל װײַנבערגן זענען אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער מוזיק־פֿירמע דערשינען אױך מוזיק־שטיקער פֿונעם "סקאַלאַ"־טעאַטער: צום בײַשספּיל פֿון גיזאַ הײדן מיט אַן אָרקעסטער אָנגעפֿירט פֿון אים. ער האָט אױך דיריגירט דעם אָרקעסטער אין די פּליטעס־אױפֿנאַמעס פֿון אַנדערע באַקאַנטע קינסטלערס: דוד לעדערמאַן, לעאָן פֿוקס, יצחק פֿעלד אָדער בעטי קעניג. װײַנבערג אַלס אַן אינסטרומענטאַליסט האָט אױך באַגלײט אונטער אַנדערעם לעאָן פֿוקס און אַננאַ יאַקובאָשיטש.

פּליטעס פֿונעם באַקאַנטן און געשעצטן חזן יקוב קוסעװיצקי האָט מען אַרױסגעגעבן אין דער צײַט, װען די פֿירמע האָט געביטן איר נאָמען אין "סירענאַ־עלעקטראָ". סוף 20־ער יאָרן האָט מען באַשלאָסן אינװעסטירן אין נײַע טעכנאָלאָגיעס: פּליטעס האָט מען געװאָלט אױפֿנעמען מיט דער עלעקטראָנישער מעטאָדע װי אױך מאַכן די רעקאָרדירונגען פֿאַר די פֿילמען. דעמלט איז אין מאָקאָטאָװ אין װאַרשע אַנטשטאַנען אַ נײַע פֿירמע "סירענאַ־רעקאָרדס".

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע