דער יִונגער משה ווײַנבערג האָט פֿאַר דעם 26סטן סעפּטעמבער 1931 גענומען וווינען אין דער צענטראַלער טייל פֿונעם ייִדישן צפֿון-קוואַרטאַל. אַזאַ דאַטע האָט מען אַרײַנגעשריבן אין אַ בקשה, וואָס זײַן טאַטע שמואל האָט אַרײַנגעלייגט, בעטנדיק אַז זײַן 12-יאָריקער זון זאָל אָנגענומען ווערן אין דער מיטלשול בײַ דער וואַרשעווער מוזיק-קאָנסערוואַטאָריע. אין דעם דאָזיקן דאָקומענט, וואָס איז מזלדיק געבליבן ביז הײַנט צו טאָג, האָט מען פֿאַרשריבן דעם אַדרעס: דזיעלנע־גאַס 4, דירה נר 40.
די זכרונות פֿון משה שײַנבערגן, װאָס שײכן דעם דאָזיקן לעבסאָפּשניט זײַנעם, קאָנצענטרירן זיך אויף דער אַרבעט. אין דערדאָזיקער צײַט איז זײַן טאַטע, שמואל, אָפֿט געווען אַרבעטסלאָז און דער יונגער מוזיקער האָט געמוזט העלפֿן דער משפּחה. אין דער פֿרי פֿלעגט ער שפּילן טראַדיציאָנעלע ניגונים אויף ייִדישע חתונות און אַקאָמפּאַנירן די חזנים. דערנאָך פֿלעגט ער לויפֿן אויף לעקציעס אין דער קאָנסערוואַטאָריע, צו געניטן זיך אין דעם קלאַסישן רעפּערטוּאַר: ליסט, באַך, טשײַקאָווסקי. אין אָוונטן האָט ער געאַרבעט אין פּאָפּולערע קאַפֿען שפּילנדיק צום טאַנץ פֿאָקסטראָטן און וואַלצן. צומאָל איז דאָס אַלץ געשען אין דעם זעלבן טאָג.
ווייַטער אָרט