Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

פֿראַגמענט פֿון געטאָ-מויער

זלאָטע־גאַס 62

האַרבסט 1939 איז אַ דראַמאַטישער פּעריאָד אינעם לעבן פֿון משה װײַנבערגן. מע װײַסט יאָ, אַז ער האָט פֿאַרלאָזן װאַרשע און איז געקומען קײן ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין מינסק האָט ער פֿאַרענדיקט די קאָנסערװאַטיאָריע. ער האָט זיך געלערנט קאָמפּאָנירן. נאָכדעם נאַזי־דײַטשלאַנד האָט אָנגעפֿאַלן אױפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז ער יוני 1941 אַנטלאָפֿן קײן טאַשקענט. ער האָט געאַרבעט אַלס אַ לערער אין אַן אָפּערע, האָט קאָמפּאָנירט אַ סך נײַע שטיקער און חתּונה געהאַט מיט נאַטאַליאַ װאָװסי־מיכאָעלס, טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן יידישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלומה מיכאָעלס. סוף כל סוף אַדאַנק זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דימיטר שאָסטאַקאָשיטשן האָט ער זיך 1943 באַזעצט אין מאָסקװע.
ביז צום סוף פֿון זײַן לעבן איז ער אָבער שטאַרק געװען פֿאַרבונדן מיט װאַרשע.

ביאָגראַפֿישע רעטענישן


דער קאָמפּאָזיטאָר האָט נישט ליב געהאַט צו רעדן װעגן זײַנע מלחמה־דערפֿאַרונגען:

מיר זענען אָנגעקומען צו דער דעמאַרק־ליניע. אױף דער אײנער זײַט זענען געשטאַנען היטלער־אָפּטײלונגען, אױף דער אַנדערער סאָװיעטישע גרענעץ־זעלנער ־ האָט ער געשריבן 1994 אין "מוזיקאַלנאַיאַ אַקאַדעמיאַ". מע האָט אײַנגעאָרדענט אַן אָפּטײל פֿון זעלנער, װאָס האָבן געדאַרפֿט קאָנטראָלירן די דאָקומענטן. זײ האָבן דאָס געמאַכט זײער גיך, װײַל דאָ זענען געװען אַ סך מענטשן. אַז זײ זענען געקומען צו מיר, האָבן זײ געפֿרעגט: "משפּחה־נאָמען?" ־ "װײַנבערג" ־ "נאָמען?" ־ "משה" ־ "און װאָס ביסטו משה? אַ ייד?" ־ "אַ ייד" ־ "נו, איצט ביסטו מױסיעי"

די משפּחה און חברים האָבן אָבער אים תּמיד גערופֿן מיט אַ פֿאַרקלערנער־פֿאָרמע "מיעטעק".

ס'איז נישט קלאָר, פֿאַרװאָס איז משה אָנגעקומען צו דער סאָװיעטישער גרענעץ אַלײן. מן־הסתּם האָט די גאַנצע משפּהח פֿאַרלאָזן װאַרשע. מע װײסט אָבער נישט, װאַן און פֿאַרװאָס האָבן זײ זיך פֿאַנאַנדערגעטײלט.
זיכער איז אַז נאָר משה האָט באַװיזן כאַפּן אַ באַן, װעלכע איז געפֿאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאַטאַליאַ, די ערשטע פֿרױ פֿון װײַנבערגן, האָט דערצײלט, אַז זײ האָבן געװאָלט פֿאַרלאָזן די שטאָט אַלע צוזאַמען און פֿונאַנדערגעטײלט האָבן זײ זיך ערשט אין דער פּליטים־קאָלאָנע. די טאַטע־מאַמע און אסתר זענען געבליבן הינטן, װײַל די טאָכטער האָט געבראָכן אַן אָפּזאַס אין אַ שוך און זײ האָבן נישט געװאָלט לאָזן זי אַלײן. אַזױ אַרום האָבן זײ פֿאַרשפּעטיקט די באַן, מיט װעלכער משה איז אַװעקגעפֿאָרן צו דער גרענעץ. דידאָזיקע מעשה דערקלערט אַ ביסל געװיסע האַנדלונגען פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר.

נישט פֿאַרשפּעטיקן די באַן


מלחמה־דערפֿאַרונגען האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן אײנדרוק אױף זײַן פּסיכיק:

שטענדיקע מורא פֿאַר פֿאַרשפּעטיקן די באַן איז געװען אַ פֿאָביע פֿון מײַן טאַטן. אָבער, װי איר װײסט, איז דער נאַרישסטער שרעק דער סאַמע שװערסטער. דאָס איז אױך געשען מײַן טאַטן, אַז ער איז צוריקגעקומען פֿון לענינגראַד קײן מאָסקװע ־ ער איז געקומען צו דער באַן־סטאַנציע, װעלכע איז געװען קעגנאיבער דעם האָטעל, דרײַ שעה פֿאַר דער באַן. אונדזערע באַמיונגען אָפּהאַלטן אים פֿון אַזאַ אײַנפֿאַל, האָבן צו גאָר נישט געטױגט. דער טאַטע האָט געהאַט נאָר אײן ענטפֿער: און װאָס װען די טאַנקען װעלן קומען און מיר פֿאַרשפּעטיקן די באַן?

־ האָט דערצײלט די טאָכטער פֿון משה װײַנבערגן ־ װיקטאָריאַ.

קדיש


בײַ אָנהײב האָט דער קאָמפּאָזיטאָר געמיינט, אַז זײַנע עלטערן זײַנען אומגעקומען אין דער וואַרשעווער געטאָ. שפּעטער האָט ער זיך דערוווּסט, אַז מע האָט זיי אַריבערגענומען אין דער לאָדזשער געטאָ, און דערנאָך אין אַן אַרבעטסלאַגער אין טראַווניקי. ער האָט אַפֿילו דעדיקירט דעם זכרון פֿון די קרבנות פֿון דער וואַרשעווער געטאָ די סימפֿאָניע XXI מיט אַן אונטערטיטל "קדיש".

קדיש איז אַ װיכטיקע יידישע טפֿילה, װעלכע מע דאַװנט נאָכן טױט פֿון אַ נאָענטן. װעגן דער דעפּאָרטאַציע קײן טראַװניק האָט אים דערצײלט אַ שכן, װעמען װײַנבערג האָט געטראָפֿן אַז ער האָט באַזוכט װאַרשע. הגם מע האָט די היסטאָרישע אינפֿאָרמאַציעס ביז הײַנט נישט באַשטעטיקט.

לוניניעץ


פֿאַראַן נאָך אַנדערע רעלאַציעס, װעגן ווײַנבערגס טױט. מע קען זײ געפֿינען אינעם "לעקסיקאָן פֿונעם יידישן טעאַטער" פֿון זלמן זילבערצװײגן. לױט דער רעלאַציע האָט שמואל װײַנבערג בעת דער מלחמה אָנגעפֿירט אַן קינאָ־אָרקעסטער און איז דערהרגעט געװאָרן אין לוניניעץ אין פּאָלעסיע. אפֿשר איז ער אױך אָנגעקומען אין די פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד קאָנטראָלירטע געביטן. זײַנע קינסטלערישע קװאַליפֿיקאַציעס זענען געװען יאָ אינטערעסאַנט פֿאַר די סאָװיעטישע פּליטים, װאָס האָט געזוכט אינטעליגענטע און יידישע קינסטלערס. ס'איז מעגלעך, אַז אױך משה װײַנבער האָט פֿאַרבראַכט אין פּאָלעסיע, װײַל אױף אַ פֿריער פּיאַנאָ־סאָנאַטע (אָפּ. 5) שטײט: לוניניעץ 1940.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע