Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

די דירה פֿון די ווײַנבערגס

זשעלאַזנע־גאַס 66 ראָג קראָכמאַלנע־גאַס

די עק־קאַמיעניצע פֿון דאָפּלטן אַדרעס זשעלאַזנע 66 און קראָכמאַלנע 46אַ – איינע פֿון די א.ג. וואָליער שׂרדים – די געביידעס, וואָס זײַנען איבערגעבליבן די מלחמה ווי אויך דער תּקופֿה פֿונעם נאָכמלמהדיקן צוריקבוי פֿון דער שטאָט און געוואָרן די שטומע עדות פֿון איר געשיכטע. 2020 האָט מען דאָרטן אױפֿגעהאָנגן אַ געדענק־טאָװל לכבד משה װײַנבערגן.

צװישן די בײדע װעלט־מלחמות


די משפּחה װײַנבערג אין געקומען קײן װאַרשע בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, אין אַ פּעריאָד, װאָס איז געװען זײער באַזונדערש פֿאַר דער שטאָט־געשיכטע. 1915 איז די רוסישע אַרמײ עװאַקוירט געװאָרן און אין װאַרשע האָט זיך אַנגעהױבן די דײַטשישע אָקופּאַציע. שמואל װײַנבערג, װעלכער 1914 האָט געװױנט אין לאָדזש, צוגעצױגן פֿון די אױסבליקן אױף אַן אַרבעט און גוטע פּרנסה, האָט באַשלאָסן איבערציען קײן װאַרשע.

1916 האָט ער געדונגען אַ דירה אין אַ נײַ הױז אין דער זשעלאַזנע־גאַס 66. ער איז נאָך נישט געװען קײן 35 יאָר אַלט, אָבער ער איז שױן געװען אַ דערפֿאַרענער מיזיקער און קינסטלער: פֿידלער, קאָמפּיזיטאָר און אַ דיריגענט פֿון טעאַטער־אָרקעסטער. ער האָט געשטאַמט פֿון קעשענעװ, זײַן טאַטענס משפּחה איז געװען פֿרום און בירגערלעך. ער איז געװען אַ בוכהאַלטער. עס איז אים אָבער נישט געלונגען צו באַװעגן זײַן זון צו זײַן אױך אַ בוכהאַלטער. שמואל האָט געהאַט אַ קינסטלערישע נשמה: ער האָט זיך אַלײן אױסגעלערנט צו שפּילן פֿידל, ער איז געװען פֿאַראינטערעסירט אין טעאַטער. אזױ אַרום האָט ער באַגעגנט אַ װאַנדער־טרופּע.

אפֿשר האָט שמואל װײַנבערג געװאָלט נאָך יאָרן פֿון װאָלגערונגען געפֿינען אין װאַרשע די רו און אַ גוטע פּרנסה. די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע, פֿאַרקערט װי די רוסישע, האָט יאָ טאָלערירט און אונטערשטיצט די יידישע טעאַטערס.

משה װײַנבערגס משפּחה

דער טאַטע האָט זיך זײער גוט דערמאָנט, װי די מאַמע האָט דערצײַלט װעגן די סאַמע בעסטע דערפֿאַרונג אין איר לעבן

־ אַ באַזוך בײַ איר ברודער אין װאַרשע ־ דערצײלט אַדעלאַ גאָרפֿינגעל, דאָס אײניקל פֿון דער יינגסטער שװעסטער פֿון שמואלן. ס'איז שװער צו זאָגן, אױב זי האָט דערצײלט װעגן דעם הױז אין דער זשעלאַזנע־גאַס 66.
די װײַנבערגס האָבן דאָרטן געװױנט ביז צו דער העלפֿט פֿון די 20־ער יאָרן. דערנאָך האָבן זײ געהאַט פֿינאַנציעלע שװיריקײטן און האָבן געמוזט בײַטן אַ דירה. אײדער איז דאָס געשען, זענען אין דער גרױסער עק־קאַמיעניצע געבױרן געװאָרן צװײ קינדער: משה (1919) און אסתר (1921).

מע ווייסט נישט קיין סך וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָרס שװעסטער. פֿאַראַן זענען נאָר אַ פּאָר פֿאָטאָגראַפֿיעס. אין זכרונות געפֿינט מען אַן אינפֿאָרמנאַציע, אַז זי האָט געהאַט אַ מוזיקאַלישן טאַלאַנט און האָט געשפּילט פּינאָ. אױך משהס מאַמע איז אַ סוד ־ אין דאָקומענטן געפֿינט מען אַפֿילו צוויי וואַריאַנטן פֿון איר נאָמען: שׂרה דבֿורה שטערן אָדער שׂרה קאָטליצקאַ. פֿאַראַן מקורים, װאָס זאָגן אַז זי האָט געשטאַמט פֿון קעשענעװ, פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס זאָגן אַז פֿון קיעלץ. מסתמא איז זי אױך געװען פֿאַרבונדן מיטן יידישן טעאַטער.

דאָס היסטאָרישע הױז


דאָס הױז איז געבױט געװאָרן 1911, פֿינף יאָר אײדער די װײַנבערגס זענען געקומען קײן װאַרשע, נאָכן פּראָיעקט פֿון הענריק שפּיגעלמאַן. באַצאָלט האָט די קאַמיעניצע חײם גערקאָװיטש, װעלכער האָט געקױפֿט דעם פּאַרצעל פֿון דער פֿאַבריקאַנט־משפּחה מיטן נאָמען לעװי. דערנאָך האָט מען צעשטערט די שטײענדיקע בנינים און געבױט אַ קאַמיעניצע.

דאָס איז געװען זײער אַ גוטער אָרט פֿאַר אַזאַ מין געשעפֿט. דאָס הױז איז געשטאַנען אין מיטן קראָכמאַלנע־גאַס ־ דער דרוקיקער, טומלדיקער גאַס און אין צענטער פֿון האַנדעל און אינדוסטריע.

בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה איז דאָס הױז געװען אינעם קלײנעם געטאָ. אינעם װאַרשעװער אױפֿשטאַנד איז אױסגעבראַנט דער דאַך און אַ פּאָר דירות. אינעם הױז־פֿאַסאַד, װאָס איז אָפֿט באַשאָסן געװאָרן, זעט מען ביז נײַט צו טאָג די סימנים פֿון די קױלן. פּונקט װי די שכן־קאַמעניצע פֿון אַננאַ קאָזמינסקאַ (זשעלאַזנע־גאַס 64), איז אױך דאָס הױז נישט צעשטערט געװאָרן נאָך דער מלחמה. אױך נישט אין די 60־ער יאָרן װען ראָג קראָכמאַלנע־גאַס און זשעלאַזנע־גאַס זענען אַנטשטאַנען הױכע הײזער "היטער דעם אײזערנעם טױער": די בנינים זענען געװען הױך (16 גאָרדניק מיט 300 ־ 400 דירות). מע געפֿינט דאָרט אױך שולן, קראָמען און פּאַרקן פֿאַר די אײנװױנערס.

נאָך דער מלחמה האָט מען דעם טערען פֿונעם אַמאָליקן געטאָ אָנגערופֿן "אַ װילדער מערב". דער אָרט איז געװען סכנהדיק, מיט אַ סך קרימינאַליטעט. ראָג קראָכמאַלנע־גאַס און זשעלאַזנע־גאַס באַװײַזן זיך די בײזע העלדן פֿון לעאָפּאָלד טרימאַנדס "זלי".

שטײענדיק פֿאַרן הױז פֿון משה װײַנבערגן, זעט מען די פֿאַרלױרענע הײם פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר, װאָס שטײט, נעבעך, הײַנט צו טאָג צװישן גלעזערנע הױכהײזער פֿון װאַרשעװער סיטי. דאָ נישט לאַנג געפֿינט מען אַ טאָװל לכבוד דעם געבױרן־אָרט פֿונעם באַװוסטן קאָמפּאָזיטאָר און װאַרשעװער. דאָס איז געװען דער ערשטער שריט װאָס די געזעלשאַפֿטלעכע טוערס פֿון "אינסטיטוט פֿון משה װײַנבערגן" האָבן געמאַכט כדי צו ברענגען אים צוריק קײן װאַרשע ־ אַ שטאָט װאָס ער האָט זײער ליב געהאַט. די קאַמעניצע, הײנט אַ חורבה, איז אַ װיכטיקער עדות פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער געשיכטע פֿון דער שטאָט, אירע אײנװױנערס, אַרבעטער־װאָליע און יידישער װאַרשע.

ערשטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע