ענגע גאַרדעראָבן, פּאַסקודנע לאָזשעס און מעבל, אַ שלעכט פּלאַצירטער אָרקעסטער, פֿאָרהאַנגן צװישן די שפּיגל אין אַ גאָלדענער שענק און טיר אין נוס־קאָליר
־ דאָס זענען די חסרונות און טעותן, װאָס דער אַרכיטעקט און קריטיקער פּיאָטר מיכאַל מאַריאַ לובינסקי האָט באַמערקט אין "אַדריאַ", דעם סאַמע עלעגאַנטסטן לאָקאַל אין װאַרשע און דעם אָרט װו מע האָט געקענט הערן משה װײַנבערגן.
קאַפֿע "אַדריאַ" ־ אַ פֿאַרװײַלונגס־פֿירמע מיט שענק, קאַפֿען און דאַנסינג, איז געעפֿנט געװאָרן אין סאַמע צענטער פֿון װאַרשע 1931. דער לאָקאַל איז געװען אין פּאַרטער און אין קעלער פֿון אַ גרױסן בנין פֿון פֿאַרזיכערונגס־פֿירמע "ריוניאָנע אַדריאַטיצאַ די סיצורטאַ" (אַ פּראָיעקט פֿון עדװאַרד זאַכאַריאַש עבערט), װעלכע איז געעפֿנט געװאָרן מיט אַ גרױסער פּאָמפּע אַ פּאָר יאָר פֿריער ־ 1929. נישט קוקנדיק אױף די עקאָנאָמישע קריזע, האָט מען אין "אַדריאַ" געקען שװימען אין לוקסוס.
דער דירעקטאָר פֿונעם לאָקאַל האָט צעטײלט פּאָסטקאַטלעך מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אינעװײניק פֿונעם לאָקאַל און באַקאַנטע אַרטיסטן האָבן געגעסן און געטרונקען אין "אַדריאַ" אומזיסט. זײערע אָנװעזנהײט האָט צוגעזױגן די קונהים. דאָרט האָט מען געקענט טרעפֿן פּאָליטיקער, באַאַמטן און עלעגאַנטע און צװאַטישע אָפֿיצירן מיט באָלעסלאַװ װיעניאַװאַ־דלוגאָשעװסקי בראש.
אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען צופֿרידענע געסט, װעלכע טרינקען מאָדערנע שנעפּסל אָדער אַמעריקאַנישע קאָקאַ־קאָלאַ. אין הינטערגרונט זעט מען פּאָרלעך װאָס טאַנצן צו דער מוזיק. דער דאַנסינג האָט זיך אָנגעהױבן נאָכמיטאָג און האָט געדױערט די גאַנצע נאַכט. נישטאָ קײן װונדער, אַז משה װײַנבערג, װאָס האָט ליב געהאַט צו שפּילן טאַנץ־מוזיק: טאַנגאָ, פֿאָקסטראָט, סלאָװפֿאָקס, האָט געאַרבעט אין "אַדריאַ".
טרינקען אַ מאָרגן־קאַװע און לײענען אַ צײַנטונג אינעם װינטערגאָרטן פֿונעם קאַפֿע מיט אַ גלעזערנעם דאַך זענען געװאָרן די הױפּט־אַטראַקציעס זינט מען האָט געעפֿנט דעם לאָקאַל. אױך די דאָרטיקע דאַנסינגען און שענק זענען געװען אין מאָדע.
פּיאָטר מיכאַל מאַריאַ לוביסקי, דער מחבר פֿון דער קריטישער אַרכיטעקטאָנישער רעצענזיע פֿונעם לאָקאַל, װעלכע איז דערשינען דעם 17 מאַי 1931 אין "װיאַדאָמאָסצי ליטעראַצקיע", האָט געשריבן װעגן אַן אמתער "אַדריאַ־מגפֿה", װאָס האָט באַהערשט װאַרשעװער און טוריסטן. ער איז געװען זיכער, אַז "דער סאַמע בעסטער אַרכיטעקטאָנישער קאַפֿע-אינעװײניק אין װאַרשע" איז נישט געװען פֿרײַ פֿון חסרונות (ער האָט זײ אַלע אױפֿגעצײלט). אָבער דער לאָקאַל האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם מיט איר הײַנטצײַטיקײט און רײַכקײט פֿון מאַטעריאַלן, װאָס מע האָט געניצט.
די גרעסטע אַטראַקציע פֿון "אַדריאַ" איז געװען די אַמעריקאַנישע שענק ־ דאָס איז אױך געװען דער אײנציקער צימער, װעלכער האָט לױט פּיאָטר מיכאַל מאַריאַ לוביסקי נישט געהאַט קײן חסרונות. פּונקט פֿאַרקערט, ער האָט אים געהאַלטן פֿאַר דעם סאַמע בעסטן אינעװײניק, װאָס די אַרכיטעקטן יעזשי געלבאַרד, גרשעגאָרש און ראָמאַן סיגאַלין און עדװאַרד סײדענבױטעל האָבן געפּלאַנעװעט.
דער דאַנסינג־טײל מיט אַ דרײענדיקן טאַנצפּלאַץ װי אױך די גאָלדענע שענק זענען געװען אינעם קעלער. די װענטילאַציע איז געװען אַ גוטע, מע האָט קײן פּאַפּיראָסן־רױך נישט געשפּירט, נישט קוקנדיק דאַרױף, אַז אין "אַדריאַ" האָבן געקענט פֿאַרברענגען 1200־1500 פּערסאָנען, אָפֿטמאָל אױך מער ־ װען ס'איז געװען אַן אינטערעסאַנטער קאָנצערט פֿון האַנקאַ אָרדאָנוװנאַן אָדער יערשי פּעטערסבורסקין און אַרטור גאָלד.
רױטע װענטילאַטאָרן זענען אױסגעצײכנט, ־ לובינסקי איז געװען באַגײסטערט ־ זײ זען אױס װי גרױסע שיפֿן און האָבן אין זיך עפּעס שײנס. אױך געלונגען איז די באַלױכטונג אין דער גאַרדעראָבע אונטן און אַ פֿינצטערער פֿאָרצימער מיט דער טיר פֿאַר דער טעלעפֿאָן־בודקע און דער באָדצימער. די נאָענטקײט פֿון די בײדע איז אָבער אַ גרױסער טעות.
משה װײַנבערג האָט געאַרבעט אין "אַדריע" אַלס אַ פּיאַניסט פֿאַר און נאָך דעם אױסברוך פֿון דער מלחמה. ער האָט דערצײלט אַז דער אָװנט־קאָנצערט דעם 6 סעפּטעמבער 1939 איז געװען אַ געזעגענונג מיט װאַרשע און מיט זײַן הײם
אין דער נאַכט פֿון 6־טן אױפֿן 7־טן סעמפּעמבער האָב איך געשפּילט אינעם קאַפֿע. אַז איך בין צוריקגעקומען אַמהײם, האָט מיר די מאַמע געגעבן אַן עלפּ־קאָמפּאָט און אַ ברױט מיט שינקען. די פּױלישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אונדז פֿאַרזיכערט, אַז אונדזער אַרמײ קעמפֿט און האָט אַ סך נצחונות. פּלוצעם האָבן מיר אָבער געהערט אין ראַדיאָ, אַז "אַזױ װי ס'איז בעת דער מלחמה", דערנענטערט זיך דער שונא צו װאַרשע. אַלע מענער זאָלן אַזױ אַרום פֿאַרלאָזן די שטאָט. די מאַמע און איך זענען געװען זײער אױפֿגערעגט און צומאָרגנס אין דער פֿרי האָב איך זיך מיט מײַן שװעסטער געלאָזט אין װעג קײן מיזרח אַרײַן. די שװעסטער איז אָבער גיך צוריקגעקומען צו טאַטע־מאַמע, װײל די שיך האָבן זי שטאַרק געקװעטשט. איך בין געגאַנגען װײַטער
־ האָט װײַנבערג געשריבן 1994 אין דער צײַטשריפֿט "מוזיקאַלנאַיאַ אַקאַדעמיאַ".
בעת דער מלחמה איז "אַדריאַ" געװען געעפֿנט, אָבער נישט פֿאַר די פּױלאַקן. ביז הײַט צו טאָג דערמאָנט מען זיך אין די זעלבסטמאָרד־מיסיע פֿון יאַן קריסטן. דעם 22־טן מאַי 1943 איז ער אַרײַנגעריסן אין "אַדריאַ", דערשאָסן דרײַ דײַטשן, צװײַ פֿאַרװונדט און איז זעלבסט דערשאָסן געװאָרן. דער יונגער אַ.ק.־זעלנער האָט באַקומען אַ ספּעציעלע דערלױבעניש דורכצופֿירן אַזעלכע נקמה־אַקציע פֿון מאַסן־דערשיסונגען. ער איז זעלבסט געװען טױטקראַנט. בעת דעם װאַרשעװער אױפֿשטאַנד איז אין "אַדריאַ" געװען דער פּראָפּאַגאַנגע־אָפּטײל פֿון דער צענטראַל־קאָמענדע פֿון אַ.ק.
אין דער העלפֿט פֿון 1944 איז דער בנין שטאַרק צעשטערט געװאָרן. אַ 600 ממ־שװערע באָמבע האָט חרוב געמאַכט אַלע סטאָליעס אין "אַדריאַ". ערשט אין די 60־ער יאָרן האָט מען באַשלאָסן צוריקצובױען דעם בנין. מע האָט באַהאַלטן דעם כאַראַקטעריסטישן פֿאַרמלחמהדיקן פֿאַסאַד מיט אימפּרעסיװע זײַלן, אָבער מען האָט צוגעבױט נאָך אַ שטאָק. דעם אינעװײניק האָט מען נישט צוריקגעבױט, הגם 1973 האָט מען אין דעם בנין געעפֿטן אַ קאַפֿע און אַ נאַכט־שענק מיט אַ קאַבאַרעט און סטריפּטיז אין דער נאַכט.
ווייַטער אָרט