Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

טעאַטער אױפֿן נאָמען פֿון קאַמינסקי

אָבאָזנע־גאַס 1/3

"קאַמינסקי האָט געבױט אַ יידישן טעאַטער, שיפֿמאַן אַ פּױלישן" ־ ס'איז אַן אַלטער װאַרשעװער װיץ, װאָס הײַט צו טאָג איז פּאָליטיש נישט קײן ריכטיקער. מע האָט אים דערצײלט אַרום 1913.

צװײ טעאַטערס


דער בנין פֿונעם פּױלישן טעאַטער פֿון אַרנאָלד שיפֿמאַן שטײט ביז הײַנט צו טאָג. ס'איז אַן עלעגאַנט הױז אין דער קאַראַסיאַ־גאַס 2, װאָס איז צוריקגעבױט געװאָרן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. 300 מעטער װײַטער אין ריכטונג װײַסל (אָבאָזנע־גאַס 1/3) קען מען זען חורבן פֿון דער ראָטונדע אױף דינאַסי. דעם בנין האָט געקױפֿט אַברחם יצחק קאַמינסקי און געעפֿנט דאָרט דעם ערשטן שטעדניקן יידישן טעאַטער אין װאַרשע.

דער בנין האָט אָבער געהאַט אַ פּאָר חסורנות. אַקטיאָרן און דער עלום האָבן געקלאָגט װעגן אַ שלעכטער אַקוסטיק. ס'איז נישט קײן חידוש, װײַל מע האָט דעם בנין אומגעבױט אין אַ טעאַטער. דינאַסי־ראָטונדע איז געעפֿנט געװאָרן דעם 20 נאָװעמבער 1896 װי אַ גאַלעריע פֿאַר אײן בילד. דאָס הױז איז פּראָיעקטאָרט געװאָרן פֿון אַנטאָני יאַבלאָנסקי, װעלכער האָט צוזאַמענגעאַרבעט מיט קאַראָל קאָזלאָװסקין. דער בנין איז אַנטשטאַנען כדי צו װײַזן אַ בילד אונטער דעם טיטעל "פּאַנאָראַמע פֿון טאַטרעס": אַן אומגעהױערער אױסבליק פֿון "מיעדזיאַני"־שפּיץ געמאָלט דורך אַ גרופּע פֿון מאָלערס, או.אַ. פֿון װלאָדזימיעזש טעטמײַער און װינצענטי װאָדזינסקי. דאָס בילד איז געװען 115 מעטער הױך און 16 מעטער ברײט.

צום באַדױערן האָט די פּאַנאָראַמע נישט געבראַכט קײן דערװאַרטעטע רװחים. די מאָדע אױף פּאַנאָראַמעס איז פֿאַרגאַנגען און דערפֿאַר האָט מען פֿאַרמאַכט די עקספּאָזיציע 1899. 1906 האָט דעם בנין געקױפֿט דער װאַרשעװער פֿאַרײַן פֿון ראָװער־ליבהאָבערס, כדי צו מאַכן דאָרט אַ װינטער־ספּאָרט־זאַל. סוף כל סוף האָט מען דאָרט געעפֿנט אַ טעאַטער. די ערשטע פֿאָרשטעלונג האָט מען געשפּילט שױן 1909, און אין פֿיר יאָר אַרום האָט די דאָרטיקע בינע איבערגענומען אַ פֿירנעמערישער, געניאַלער מענטש ־ אברחם יצחק קאַמינסקי, װאָס האָט אױך געהאַט גוטע באַציונגען צו דער צאַרישער מאַכט. אין דער ראָטונדע האָט מען אָרגאַניזירט אַ זאַל פֿאַר 1200־1300 מענטשן.

דאָס סאַמע בעסטע װאָס מע טוט צוזאַמען מיט דער משפּחה איז... אַ טעאַטער


אַברחם יצחק קאַמיניסקי איז געװען אַ באַװוסטער אַקריאָר, אָבער זײַנע ראָלעס זענען פֿאַרשאָטנט געװאָרן דורך די באַרימטקײט פֿון זײַן פֿרױ ־אתטר רחל קאַמינסקאַ, אױך גערופֿן "אַ מאַמע פֿונעם יידישן טעאַטער". זײ האָבן געשאַפֿן אַ משפּחה־טרופּע און האָבן געגעבן אַן אָנהײב פֿאַר אַן אַקטיאָרן־דור באַשײענדיק פֿון קרובים און מחותּים. אַקטריסעס זענען אױך געװען די עלטערע טאָכטער רעגינאַ קאַמינסקאַ (איר מאַן איז געװען הערשל װײַסמאַן) װי אױך די יינגערע טאָכטער ידאַ קאַמינסקאַ, דער מיזיניק ־ יוסף קאַמינסקי איז געװען אַ פֿידלער און אַ קאָמפּאָזיטאָר. אַ טעאַטער־ און פֿילם־אַקטריסע איז אױך געװען דאָס אײניקל פֿון אתּטר רלחן ־ רות טורקאָװ־קאַמינסקאַ.

משפּחה קאַמינסקי און משפּחה װײַנבערג


דער סטאַבילער מצב װאָס די משפּחה קאַמינסקי האָט דערגרײכט אַדאַנק דעם קױף פֿונעם טעאַטער אין דינאַסי, האָט נישט געדױערט לאַנג. בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט די דײַטשישע מאַכט איבערגענומען דעם טעאַטער. די משפּחה האָט דערפֿאַר װידער געמוזט אַרומפֿאָרן. אברחם יצחק קאַמינסקי איז געשטראָבן 1918. דעמלט איז געקומען צו אַן איבערריס אין דער טעטיקײט פֿונעם טעאַטער. 1921 האָט מען װידער אָנגעהױבן צו שפּילן. אין נײַע פֿאָרשטעלונגען האָבן בדרך קלל געשפּילט די משפּחות קאַמינסקי און טורקאָװ ־ אַזױ צום בײַשפּיל די גרופּע װיקט (װאַרשעװער יידישער קינסטערישער טעאַטער) אָנגעפֿירט דורך ידאַ קאַמינסקאַן און זיגמונט טורקאָװן.

דער טאַטע פֿון משהן האָט צוזאַמענגעאַרבעט מיט עטלעכע טרופּעס, װעלכע זענען געזעצט געװאָרן פֿון קאַמינסקיס און טורקאָװס. אין אַ פּערזאָנאַל־אַנקעטע, װעלכע ער האָט אױסגעפֿילט פֿאַר דעם יידישן אַרטיסטן פֿאַרײן אין פּױלן אין אױגוסט 1922, האָט ער אָנגעגעבן אַז אָט דערדאָזיקער טעאַטער איז זײַן אַרבעטסאָרט. משה װײַנבערג האָט געטאָן דאָסזעלביקע, אַז ער האָט סוף 40־ער יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געשריבן זײַן אָפֿיציעלע קינסטלערישע ביאָגראַפֿיע. אין אברחם יצחקס טרופּע האָט אױך געשפּילט סאָניאַ װײַנבערג.

דער װײַטערדיקער גורל פֿון דער ראָטונדע אין דינאַסי


צװײַ יאָר פֿאַר דעם אױסברוך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז דער בנין און דער אַרומיקער פּאַרצעל איבערגעבױט געװאָרן. דער טעאַטער און דער ספּאָרט־זאַל זענען פֿאַרמאַכט געװאָרן. אין דער ראָטונדע איז אַנטשטאַנדען אַ מאָדערנער גאַראַזש פֿאַר 280 אױטאָס, װאַרשטאַטן װי אױך אַ בענצין־סטאַנציע. דער בנין איז חרוב געמאַכט געװאָרן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער נידעריקסטער שטאָק, װאָס איז איבערגעקומען ביז הײַנט צו טאָג, װעט געניצט װי אַ לאַגער פֿונעם פּױלישן טעאַטער אױפֿן נאָמען פֿון אַדאָלף שיפֿמאַן.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע