האַרבסט און װינטער ־ אין װאַרשע איז פּאַסירט אַ סך! די ערשטע װעלט־מלחמה און די דײַטשישע אָקופּאַציע האָבן זיך פֿאַרענדיקט. פֿון 10־טן נאָװעמבער אָן גרינדט יוזעף פּילסודסקי די פּױלישע רעגירונג און עס קומט אױף אַן אומאָפּהענגיקע פּױלישע מלוכה מיט װאַרשע װי אַ הױפּטשטאָט. אין דערזעלביקער צײַט הײבן אָן די װאַרשעװער "בלאָנדזענדיקע שטערן" צו שטרײקן און אָרגאַניזירן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַרײן.
"בלאָנדזשענדיקע שטערן" ־ אין אַזאַ פּאָעטישן אופֿן האָט שלום־עליכם באַצײכנט די אַקטריאָרן פֿון יידישע טעאַטערס. דער אומזיכערער באַשעפֿטיקונגס־מצב, אומקלאָרהײטן בײ דער באַרעכענונג פֿון פּיעסעס און צאָלן פֿון האָנאָראַרן האָבן געהערט צום טאָג טעגלעכן לעבן. אָפֿטמאָל האָט מען באַשעפֿטיקט אַמאַטאָרן, מענשטן אָן קײן שום קינסטלערישן טאַלענט אָבער מיט קלענערע פֿינאַנץ־פֿאָדערונגען. די װירקלעכקײט פֿון טעאַטער־בינע איז געװען זײער אַ געװײנלעכע. מע דאַרף זיך אַװדאי נישט װונדערן, אַז די אַקטיאָרן אין װאַרשע האָבן אָנגעהױבן צו שטרײקן.
אינעם סעזאָן 1918/1919 האָט מען פּראָטעסטירט קעגן שעדלעכע פּראַקטיקן אױפֿן אַרבעטס־מאַרק, קעגן באַשעפֿטיקונגס־באַדינגונען, װאָס זענען פֿאָרגעלײגט געװאָרן פֿון דירעקטאָרן פֿון אַלע דרײ װאַרשעװער טעאַטערס: "צענטראַל"־טעאַטער, "װענוס"־טעאַטער און "עליזעום"־טעאַטער. דער ערשטער שטרײק פֿון יידישע אַקטריאָרן אין פּױלן איז געבאָרכט געװאָרן, װײַל די דירעקטאָרן האָבן באַװיזן צו באַשעפֿטיקן אַקטיאָרן נישט קוקענדיק אױף די פּאָסטולאַטן. אָן אַרבעט זענען געבליבן מיטגלידער פֿון דער איניציאַטאָװ־גרופּע. זײ האָבן אָבער יאָ באַװיזן אױסצוהאַלטן דעם שװערן טעאַטר־סעזאָן.
איז דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַרײן פֿון יידישע אַקטיאָרן אַרײַנגעשריבן געװאָרן אינעם רעגיסטער פֿון דער אַרבעט־ און סאָציאַל־מיניסטעריע. די אָרגאַניזאַציע איז געווען אַקטיוו ביז דעם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, כאָטש זי האָט געביטן איר נעמען. דער לעצטער יידישער נאָמען איז געװען: דער יידישער אַרטיסטן-פֿאַראיין. אירע אויפֿגאַבעס האָבן אַרומגענומען צווישן אַנדערן: די שוץ פֿון אַרבעטער-רעכט, זעלבסטהילף ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער און זײַן קינסטלערישן ניוואָ. װאָס האָט פֿאַרבונדן די משפּחה פֿון משה װײַנבערגן מיטן יידישן אַרטיסטן-פֿאַראיין?
משהס טאַטע איז געווען אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם פֿאַראיין אָנהײבנדיק פֿון דער גרינדונגס־פֿאַרזאַמלונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם "צענטראַל"־טעאַטער אין דער לעשנאָ־גאַס. ער איז אױך געװען אַ מיטגליד פֿון דער קאָמיסיע װאָס האָט עקזאַמינירט קאַנדידאַטן פֿאַר נײַע מיטגלידער. פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז נישטאָ געװען קײן יידישע טעאַטער־שול און די מיטגלידשאַפֿט אינעם פֿאַראײן איז געװען אַ באַשטעטיקונג פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע קװאַליפֿיקאַציעס. אַ װיכטיקע אױפֿגאַבע פֿונעם יידישן אַרטיסטן-פֿאַראיין איז געװען צו שאַפֿן אַ גרופּע פֿון פּראָסעפֿיאָנעלע יידישע אַקריאָרן.
איך האָב זיך געװאָלגערט ביז 17 יאָר. אין יאָר 1899 איז געקומען קײן קעשענעװ סאָבסײס טרופּע [...], סאָבסײ האָט מיך דאַן צוגענומען צו דער טרופּע. מיט מזל בין איך געװען כל ולך: אַ פֿידלער, אַ דירירשאָר, אַ כאָרמײַסטער, אַן אַקטיאָר, אַ רעקװיזיטאָר, אַ סופֿליאָר און פֿאַר אַלעם האָב איך געקראָגן 14 קאָפּיקעס אַ טאָג, און אַזױ האָט מען געלעבט. אָפּגעװען אַ שטיקל צײַט בײַ סאַבסײן, בין איך אַרײַן שױן אַלס דיריזשאָר צו פֿעלדמאַנען, נאָכהער צו סאָבסײן אָדער שױן אַלס דיריזשאָן
־ אַזױ שרײַבט שמואל װעגן דעם אָנהײב פֿון זײַן קאַריערע אינעם "לעקסיקאָן פֿון יידישן טעאַטער" פֿון זלמן זילבערצװאײַגן.
משה װײַנבערג איז שױן אַלס אַ יונגער פּיאַניסט געװען זײער באַקאַנט אין די קרײַזן פֿון װאַרשעװער אַרטיסטישער באָהעמע. ער האָט אַקאָמפּאַנירט די סאַמע גרעסטע שטערן װי אױך אױפֿגעטרעטן אין סאַמע בעסטע גאַסטראָנאָמישע פֿאַרװײַלונגס־לאָקאַלן.
אין די דוקומענטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע געפֿינט זיך אַ באַשטעטיקונג פֿאַר "שמואל שײַנבערן". די באַשטעטיקונג באַװײַזט אַז ער איז געװען אַ מיטגליד פֿונעם פֿאַראײן. אַזאַ מין דאָקומענט איז געװען נײטיק, אַז מע איז געװאָרן אַרבעטסלאָז אָדער האָט פֿאַרדינט נישט גענוג געלט. צווישן אָקטאָבער 1925 און מאַי 1926, נאָכדעם פֿונעם דער "צענטראַל"-טעאַטער איז פֿאַרמאַכט געװאָרן און איידער מע האָט געעפֿנט דעם "סקאַלאַ"-טעאַטער, האָט שמואל זיך געראַנגלט מיט אַרבעטסלאָזיקייט. אַן אַנדערער פּעריאָד פֿון פֿינאַנציעלער אומזיכערקייט איז געקומען אין יאָר 1933.
1936 האָט דער יידישער אַרטיסטן-פֿאַראיין אַרױסגעשטעלט משהס טאַטן אַ האָנאָראַר־באַשטעטיקונג פֿאַר דער װאַרשעװער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע. פֿונעם דאָקומענט קען מען זיך דערװיסן, אַז ער האָט פֿאַרדינט װײניקער װי 35 זלאָטעס אַ װאָך. עס דוכט זיך, אַז נישט קוקנדיק אױף בשותפֿותדיקע באַמיונגען פֿונעם טאַטן און זון, איז נישט אַלעמאָל געלונגען צו האָבן אַ פֿינאַנציעלע סטאַביליזאַציע. װאָס האָט מען דעמלט געקענט קױפֿן פֿאַר אַזאַ מין געלט?
לאַחדים־ פּרײַזן פֿאַר טאָג טעגלעכע פּראָדוקטן אין די גרעסערע שטעט. װאַרשע 1937: קאָרנברױט ־ 0,35 זל פֿאַר אַ קילאָ, װײצנמעל ־ 0,57 זל פֿאַר אַ קילאָ, בולבעס ־ 0,11 פֿאַר אַ קילאָ, מילך ־ 0,28 זל פֿאַר אַ ליטער, פּוטער ־ 3,62 זל פֿאַר אַ קילאָ, אײער ־ 1,80 זל פֿאַר אַ קילאָ, צוקער ־ 1 זל פֿאַר אַ קילאָ.
דאָס קלײנע סטאַטיסטישע יִאָרבוך.
פֿון אָנהײב אָן האָט דער יידישער אַרטיסטן-פֿאַראיין געהאַט זײַן זיצאָרט אונטער דערזעלביקער אַדרעס, אינעם הױז פֿון קאַראָל מאַרטין, װאָס איז נישטאָ מער. דאָס הױז איז געשטאַנען ראָג לעשנאָ־גאַס און פּררשעיאַזד־גאַס (הײַנט סאָלידאַנאָסצי־אַלײ און אַנדערסאַ־גאַס). אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען אַ קלאַסיציסטישן, דרײַ־גאָרנדיקן בנין מיט אַ גרױסן באַלױכטענעם בױדעם. דאָס הױז איז געבױט געװאָרן סוף פֿונעם 18־טן י''ה. פֿאַר דער מלחמה איז אין דער קאַמיעניצע געװען נישט נאָר דער יידישער אַרטיסטן־פֿאַראײן, נאָר אױך בילביאָטעקן און קלובן. פֿון פֿאָרנט האָבן זיך געפֿונען צאָלרײַכע קראָמען, װאָסערע שילדן זעט מען אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס. אינעם הױף איז געװען "ריװיעראַ"־קינאָ, שפּעטער באַקאַנט אונטער דעם נאָמען "עראַ"־קינאָ.
אין 30־ער יאָרן האָט יצחק גאַרטקער, אַ באַװוסטער יידישער רעסטאָראַנען־באַזיצער, געעפֿנט אַ נײַעם רעסטאָראַן. גאַרטנער איז אױך געװען דער באַזיצער פֿון עטלעכע קאַװיאַרניעס און אַ דאַנסינג אין שטאָטצענטער ־ אין דער מאַרשאַלקאָװסקאַ־גאַס. אינעם "צענטראַל"־שענק האָט מען געקענט צװישן אַנדערעם קױפֿן ביליעטן פֿאַר טעאַטער־פּיעסעס.
בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה איז דאָס הױז געװען אין געטאָ. דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראײן פֿון די יידישע אַרטיסטן האָט נישט מער עקזיסטירט און אין זײַן לאָקאַל איז אױפֿגעקומען אַ זעלבסטהילף־קיך, װעלכע איז פֿאַרװאַלט געװאָרן פֿון אַלטע מיטגלידער. אינעם שכן־לאָקאַל, װו אַמאָל איז געװען דער רעסטאָראַן פֿון גאַרטנערן, איז געעפֿנט געװאָרן "שטוקאַ"־קאַפֿע. די קאַװיאַרניע איז געװאָרן אײן פֿון די סאַמע װיכטיקסטע ערטער פֿונעם מוזיק־ און טעאַטערלעבן אין װאַרשעװער געטאָ. אין "שטוקאַ"־קאַפֿע איז אױפֿגעטרעטן װיעראַ גראַן און עס האָבן איר אַקאָמפּאַניערט װלאַדיסקאַװ שפּילמאַן און אַדאָלף גאָלדפֿעדער. אינעם לאָקאַל האָט מען אױך געקענט הערן אַ קאַבאַרעטיסטיש "לעבנדיק טאָגבוך" װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן בעת דער אָקופּאַציע און װאָסער מיטבאַגרינדער און מחבר פֿון טעקסטן איז געװען װלאַדיסלאַװ שלענגעל. דאָס הױז איז חורב געװאָרן און זײַנע פֿאַרבראַנטע װענט האָט מען צעװאָרפֿן נאָך דער מלחמה בעת דעם בױ פֿון װ.ז.־טראַסע.