גרױסע און געשמאַקע שניטקעס, אױסגעװײלטע סאַלאַטן און אַנדערע לעקעך פֿון קראָם, שענק און רעסטאָראַן פֿון הירשפֿעלדן זנענען געװען אײנע פֿון אַטראַקציעס װאָס האָבן געװאַרט אױף װאַרשעװער אינעם בנין אין דער ביעלאַנסקאַ־גאַס 5. דאָ איז אױך געװען דער "נאָװאָסצי"־טעאַטער, אַ רעפּרעזאַנטיװער יידישער טעאַטער אין װאַרשע, װאָס איז געעפֿנט געװאָרן אין דער צװײטער העלפֿט פֿון די 30־ער יִאָרן. װו האָט מען געקענט טרעפֿן משה װײַנבערגן?
נאָװאָסצי"־טעאַטער איז אגעװען אַן אָרט, װאָס משה װײַנבערג האָט אָנגעגעבן װי זײַן אַרבעטסאָרט. אַ געװאַלדיקע קאַריערע פֿונעם טעאַטער װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער ביעלאַנסקאַ־גאַס 5 האָט זיך אָנגעהױבן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, אָבער די פֿאָרשטעלונגען האָט מען דאָרטן געגעבן אַ סך פֿריער ־ שױן פֿאַר דעם אױסברוך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה.
אַמאָליקע ביעלאַנסקאַ־גאַס איז געװען אַן עלעגאַנטע האַנדלס־גאַס. איר דערפֿאָלג האָט באַטײט, אַז די גרױסע אינװעסטאָרערס זענען געװען פֿאַראינטערעסירט אין דער גאַס. מע האָט דאָרט געבױט און איבערגעבױט אַ סך נײַע הײַזער, װעלכע האָבן דער גאַס געגעבן אַ סעצעסיטישן כאַראַקטער. מע האָט דאָרט געעפֿנט עלעגאַנטע האָטעלן, געװעלבער און רעסטאָראַנען. אין דערזעלביקער צײַט זענען קאַבאַרעט־פֿאָרשטעלונגען געװען אין מאָדע. דערפֿאַר האָבן אַ סך אונטערנעמערישע רעסשטאָראַן־באַזיצערס צוגעבױט צו זײערע רעסטאָראַנען גערטן און טעאַטער־בינען. אײנער פֿון זײ איז געװען טאָמאַש גאַבלער.ער האָט אױסגעבױט דאָס "נאָװאַ גװיאַזדאַ" רעסטאָראַן און צוגעבױט אינעם הױף אַ נײַעם זאַל.
אַבלער האָט געבױט אַ גרױסן זאַל מיט אַ בינע און האָט אָנגערופֿן דעם לאָקאַל "גיגאַנט". מענטשן האָבן אים אין גיכן אוםבאַנאַנט אין "זשיגאַנט". דעם לאָקאַל האָט פּלאַנירן עפּעס אַ טעכניקער אַ שלימזלניק, מסתמא אַ שיכרער, אַ שטענדיקער גאַסט אין אַ שענק. ס'איז נישטאָ געװען קײן אַקוסטיק אינעם זאָל און נאָר 1/3 פֿונעם אעולם האָט געקענט זעען די בינע. אין יִאָר 1908 בין איך דאָרטן אַ פּאָר מאָל געװען. בײַ אָנהײב איז "גיגאַנט" געװען זײער ערפֿאָלגלגרײַך. שפּעטער איז ער דערחרגט געװאָרן דורך frais du jour.
מע האָט באַשעפֿטיקט 120 מענטשן, װעלכע האָבן געמוזט באַקומען װאָס צו עסן. דער באַזיצער האָט זיך אַזױ געפּלאַגט אַ פּאָר יאָר און דערנאָך האָט ער באַנקראָטירט
־ דערמאָנט זיך װלאַדיסלאַװ פּלאַכאָצינסקי, דער מבין פֿון אַמאָליקער װאַרשעװער גאַסטראָנאָמיע און דעם טעאַטער־לעבן. ער האָט באַזוכט "גיגאַנט" 1908.
בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, האָט מען גענומען װידער צו שפּילן אין דער ביעלאַנסקאַ־גאַס. אין דערזעלביקער צײַט קײן װאַרשע זענען געקומען משהס עלטערן. געשפּילט האָט מען דעמלט אונטער דעם נאָמען "נאָװאַ גװיאַזדאַ". נאָך דער מלחמה האָט זיך דאָרט באַזעצט אַ קאַבאַרעט און אַ גאָרטן־טעאַטער מיט דעם נאָמען "אַרגוס" װי אױך שטאָט־טעאַטער "סטאָלעטשני" און "מאַריװיל"־דראַמאַטישער־טעאַטער.
דער טעאַטער־זאַל און אַרומיקע צימער זענען אַװעקגעבראַנט 1920. בעת דעם גיכן צוריקבױ האָט מען פֿאַרגרעסערט דעם טעאַטער שאַפֿנדיק אַ זאַל פֿאַר 1500 צושױערס. נאָך דעם אױסבױ האָט זיך דאָרטן באַזעצט די שטאָטישע אָפּערעטקע ־ ד.ה. דער "נאָװאָסצי"־טעאַטער. אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מען אױך געעפֿנט די זומער־בינע. ביזן אָנהײב פֿון די 30־ער יאָרן זענען דאָרט אױפֿגעטרעטן פֿאַרשײדענע טרופּעס, צװישן אַנדערע די העברעישע טרופּע "הבימה".
נאָך 1933 האָט זיך געביטן דער פּראָפֿיל פֿונעם טעאַטער. אין דער ביעלאַנסקאַ־גאַס האָבן גאַסטירט כמעט נאָר יידישע טעאַטער־טרופּעס. דער רעפּערטואַר איז געװען פֿאַרשיידן-מיניק: רעוויעס, קאַבאַרעט (צװישן אַנדערן די טרופּע געגרינדט פֿון אַ קאָמיקער־דועט שימן דזשיגאַן און ישראל שומאַכער), אָפּערעטעס און באַקאַנטע דראַמאַטישע פּיעסעס, װעלכע מע האָט פֿאַרטײַטשט אין יידיש, צװישן אַנדערן אַ פּרעכטיקע פֿאָרשטעלונג פֿון "שטורעם" פֿון װיליאַם שעקספּירן. דאָס איז אװדאי געװען נישט נאָר אַ סצענע פֿאַר רעװיעס און פֿאַרװײַלונג. צוליב דעם הויכן ניוואָ פֿון די טרופּעס פֿלעגט מען האַלטן דעם טעאַטער פֿאַר דער ערשטקלאַסיקער ייִדישער בינע. דאָרט האָט מען געקענט זען פֿאָרשטעלונגען פֿון זיגמונט טורקאָוו און זײַן וואַרשעווער יידישן קונסט-טעאַטער. פֿאַר דעם אױסברוך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז אידאַ קאַמינסקאַ געוואָרן די דירעקטאָרשע פֿונעם טעאַטער. שמואל װײַנבערג האָט ענג צוזאַמנגעאַרבעט מיט "נאָװאָסצי"־טעאַטער.אױך משה װאָס איז געװען זײער געשעצט אין דער װאַרשעװער טעאַטער־ און פֿאַרװײַלונגססביבה, האָט דאָרט געאַרבעט (ווײַנבערג האָט דערמאָנט דעם טעאַטער אין זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער ביאָגראַפֿיע געשריבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד סוף 40-ער יאָרן).
זומער 1939 האָט מען צוגעגרײַט אַ נײַע פּיעסע: "שולמית" פֿון אַברחם גאָלדפֿאַדענען, װעלכער גילט פֿאַרן טאַטן פֿונעם יידישן טעאַטער. די פּיעסע האָט באַקומען גוטע רעצענזיעס און איז געװען אַ פֿינאַנציעלער דערפֿאָלג.
שולמית„ ־ אַ געשטאַלט פֿון תּורה אינעם בגד פֿון אַ פֿאָלקספּרימיטיװ, האָט באַקומען אַדאַנק דער פּרעכטיקער רעזשיסעריע פֿון זיגמונט טורקאָװן און אױסגעצײכנעטער סצענישער אַראַנזשירונג אַ שײן פֿון מאָרערנע טעאַטער־דערפֿאָלגן װי אױך די פֿרישקײט און לעביקײט פֿינעם מאָדערנעם טעאַטער. אַזױ אַרום איז אַנטשטאַנען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג, װאָס דערקװיקט און פֿאַרכישופֿט. 'שולמית' האָט מיט שטורעם דעראָבערט װאַרשע. ס'איז נישט קײן חירוש, אַז דער 'נאָװאָסצי'־טעאַטער איז יעדן אָװנט פֿול
־ דאָס איז אַ רעצענזיע פֿון 13 אױגוסט 1939 פֿון "נאַש פּרשעגלאָנד".
די לעצטע "שולמית"־פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען דעם 4 סעפּטעמבער. אין אַ טאָג אַרום איז אױף דעם הױז געפֿאַלן אַ באָמבע און חרוב געמאַכט די בינע. שפּעטער איז דער גאַנצער בנין פֿערבראַנט און כמעט אין גאַנצן צעװאָרפֿן געװאָרן בעת דער אָקופּאַציע. הײַנט צו טאָג איז דאָ אױפֿן אָרט פֿון אַמאָליקן "נאָװאָסצי"־טעאַטער און יידישע קולט־רעסטאַראַנען אַ װױן־הױז אױף דער ביעלאַנסקאַ־גאַס 7. די גאַס איז כמעט פֿולשטענדיק צוגעבױט געװאָרן מיט נאָכמלחמהדיקע בנינים און פֿאַרלױרן די אַמאָליקע פֿאַרמלחמעדיקע עלעגאַנץ.
ווייַטער אָרט