Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

פֿאַרווײַלונגס-פֿירמע "אָאַזאַ"

וויעזשבאָווע־גאַס 9

איך בין מיר זעלבס מקנא, אַז איך האָב געלעבט אין יענער צײַט. מע פֿלעגט אַלעמאָל זאָגן, אַז עס זענען דאָ דרײַ פֿרײלעכע שטעט, װאָס לעבן מיט אַזױ גערופֿענעם גרױסשטאָטישן לעבן: פּאַריז, װאַרשע, בודאַפּעסט. װאַרשע איז געװען װי אַ קלײינער פּאַריז. מע האָט דאָרט שװער געהאָרעװעט און בײַ נאַכט האָט מען זיך געבאַװעט. ס'איז דאָ געװען אַ באַרימטע פֿאַרווײַלונגס-פֿירמע "אָאַזע"...

־ דערמאָנט זיך לאָדאַ האַלאַמאַ, אַ טענצערין מיט שײנע פֿיס, װאָס מען קען זען אינעם פֿילם "פֿרעדעק ברענגט מזל דער גאָרער װעלט". זי איז אױך געװען אַ שטערן, אַ פֿלאַפּערקע און אַ בעל־ביתטע.


פֿאַרווײַלונגס-פֿירמע "אָאַזאַ"

די פֿאַרווײַלונגס-פֿירמע "אָאַזאַ" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1922און פֿון אָנהײב אָן האָט באַקומען אַן אַלגעמײינע אָנערקענונג און איז געװאָרן אין מאָדע. דער "אָאַזאַ"־לאָקאַל איז געװען אויפֿן שענסטן אָרט אין גאַנץ װאַרשע ־ אױפֿן טעאַטער־פּלאַץ און האָט געהאַט אױסגעצײכנעטע טראַדיציעס. מיט צענדליקער יאָר צוריק האָט דאָרטן געווירקט דער באַרימטער סטעמפּאָווסקיס רעסטאָראַן און דער ערשטער ליטעראַרישער קאַבאַרעט אין וואַרשע - "מאָמוס". אָבער ערשט פֿינף יאָר שפּעטער איז דערדאָזיקער לאָקאַל געװאָרן אַ רעפּרעזענטאַטיװער, אַ באַקװעמער, אַ גרױסשטאָטישער. ער איז געװאָרן אַ באַזונדערקײט אין װאַרשע, װאָס אױך אױסלענדער האָבן אים באַזוכט.

־ אַזױ האָט מען געשריבן אינעם אילוסטרירטן "געדענק־אַלבום", װעלכער איז אַרױסגעגעבן געװאָרן 1927.

ס'איז געװען כדאי צו פֿאָטאָגראַפֿירן! אינעװײניק איז די פֿאַרווײַלונגס-פֿירמע "אָאַזאַ" דעקאָרירט געװאָרן מיט פֿאַנטאַסטישער פּראַכט. אונטן איז געװען דער הױפּט־רעסטאָראַן־זאַל. איר צירונג איז געמאַכט געװאָרן פֿון װינצענטי דראַביק און האָט זיך פֿאַררופֿן אױף רײַך פֿאַרצירטע קראַקעװער קאַסטן. בײ דעם אַרײַנגאַנג האָט זיך געפֿונען אַן אָריענטאַלישער חדר ־ אונטער אַן אָפֿענעם געצעלט זענען געשטאַנען טישן און באַקװעמע פּופֿעס ־ ס'איז געװען אַ פּערפֿעקטער אָרט פֿאַר אַ קאַװע!

אין דער "אָאַזאַ"־קיך האָט מען געקען פּראָבירן פֿראַנצעזײשע מאכלים. אינעם "אַלבום" קען מען געפֿינען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אױסגעקליבענע מעניוס. פֿאַר מיטאָג לכובד דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון װאָיעװאָדעס אין אַפּריל 1927 האָט מען סערװירט: אַ געדיכטן קאָנסאָמע אימפּעריאַל מיט דיאַבלאָטינס, לאַקס פֿון װאַסער מיט רעמאָולאַדע־סאָס און אַ װײַסן באָרדעוקס־װײַן, אינדיקעס און פּערלהינער מיט גרינעם זאַלאַט און שװאָמען װי אױך דעם רױטן באָרדאָקס־װײַן, דערנאָך שפּאַרזשעס מיט מוסלינען־סאָס, "באָמבאַ"־אײַז מיט שאָקאָלאַד־סאָס און צום סוף קאַװע, בראָנפֿן און משקה.

אױפֿן ערשטן שטאָק האָבן געװאַרט װײַטערדיקע אַטראַקציעס: אַן אַמעריקאַנישע שענק און דאַנסינג, װעלכער איז געװען געעפֿנט פֿון סעפּטעמבער ביז יוני. דעמלט האָט מען געקען דורכטאַנצן אין "אָאַזאַ" די גאַנצע נאַכט. דער לאָקאַל האָט געהאַט זײַן אײגנעם אָרקעסטער און אַן אַבמיציעזן פּראָגראַם, װעלכער האָט זיך אָנגעהױבן בײַ האַלבער נאַכט, כדי די געסט זאָלן באַװײַזן עסן אַ װעטשערע. פֿאַרווײַלונגס-פֿירמעס אַזלעכע װי "אָאַזאַ" צי "אַדריאַ" האָט מען באַזוכט אָפֿט נאָך אַ פֿאָרשטעלונג צי נאָך אַ קאָנצערט צו עסן אַ װעטשערע און צו טאַנצן.

פּיאַניסט פֿאַר װאַלסן און פֿאָקסטראָטן


אַ יונגער משה װײַנבערג האָט געשפּילט בעת פּרעכטיקע, משוגענע הוליאַנקעס. שפּעטער האָט ער דערצײלט, אַז ער האָט געפּרוװט פֿאַרבינדן נאַכט־אַרבעט אין מאָדישע לאָקאַלן און דאָס לערנען זיך אין װאַרעװער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע. אין "אָאַזאַ" האָט ער געשפּילט אַ טאַנץ־מוזיק: פֿאָקסטראָטן און װאַלסן. קוקדיק די סצענעס פֿון פֿאַרמלחמהדיקער הוליאַנקע אינעם פֿילם "פֿרעדעק ברענגט מזל דער גאָרער װעלט" (פֿאַרגלײַך נאָװי־סװיאַט־גאַס 50) קען מען יאָ זען, אַז ער האָט דאָס זײער גוט געטאָן.

"אָאַזאַ" האָט פֿאַרלוירן די פּאָזיציע פֿון דעם סאַמע עלעגאַנטסטן לאָקאַל אין וואַרשע נאָך דער עפֿענונג פֿון "אַדריאַ" און צום סוף באַנקראָטירט אין מיטן 30-ער יאָרן. 1936 האָט מען אױפֿן ערשן שטאָק געעפֿנט "אַריזאָנאַ"־קאַפֿע. דער לאָקאַל האָט געהערט צום טשעלאָ־שפּילער און דזשעז־דיריגענט אַלפֿרעד "פֿרעד" מעלאָדיסטאַ. דער קאַפֿע האָט געאַרבעט ביז 1939, װען מעלאָדיסטאַ האָט זיך אַריבערגעזעצט קײן לאָדזש און דאָרטן געעפֿנט "קאַסאַנאָװאַ"־דאַנסינג. אינעם לאָקאַל אונטן האָט מען געקענט עסן עפּעס לעקעכץ אין דער "װיקטאָר"־שענק.

סוף פֿון דער שײנער תּקופֿה


דאָס הױז איז פֿאַרבראַנט אין סעפּטעמבער 1939 און צעװאָרפֿן אין אָקטאָבער. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט מען דאָס הױז װידער צוריקֿגעבױט. דאָס מאָל איז עס געשטאַנען נענטער צו דער ניעצאַלע־גאַס. דער בנין האָט אין זײַן אױסזען געענלט דעם הױז פֿונעם קלאַסיציסטישן פּראָיעקט פֿון הילאַרי שפּילקאָװסקי פֿונעם אָנהײב פֿון 19־טן י''ה. דאָס הױז װאָס איז 1820 צוריקגעבױט געװאָרן, האָט מען סוף 19 י''ה נאָך אַ מאָל אומגעבױט צובױענדיק נאָך אײן שטאָק און צוגעבנדיק כאַראַקטערישטישע צירונגען, טורמעס און אַ קופּאָל. אױף די פֿאָרמלחמהדיקע פֿאָטאָרגאַפֿיעס דערקענט מען "אָאַזאַ" אַדאַנקט אירע פּרעכטיקע נאָען־ליכטער. ס'איז כדאי אַריבערצוגײן אַ פּאָר שריט די װיעזשבאָװע־גאַס, כדי צו געפֿינען אַ טאָװל לכבוד דער פּרעמיערע פֿונעם ערשטן פּױלישן פֿילם "אַנטאָשעס דאָס ערשטע מאָל אין װאַרשע". צום באַדױערן איז די קאָמעדיע פֿון 1908 נישט איבערגעבליבן ביז הײַנט. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אױף אַ װעראַנדע, װאָס האָט געהײסן "אָאַזאַ", דערפֿאַר הענגט דער טאָװל אױפֿן בנין אין דער װיעזשבאָװע־גאַס 5/7. מיט דער צײַט האָט מען אזױ אָנגערופֿן דעם גאַנצן לאָקאַל אין דער װיעזשבאָװע־גאַס 9.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע