משה ווײַנבערג האָט פֿאַרבראַכט זײַן קינדהײט אין פּאָפּולערע רעװיע־טעאַטערס אין װאַרשע. דאָרט האָט ער זיך נישט נאָר "אױפֿגעהיט", װען זײַן טאַטע־מאַמע זענען געװען אין דער אַרבעט. נאָך אַ סך יאָרן פֿלעגט משה ווײַנבערג זיך דערמאָנען, אַז בעת די פּראָבעס האָט ער געהאָלפֿן דעם טאַטן בײַ דער אַרבעט װי אױך בעת די פֿאָרשטעלונגען שפּילנדיק אויף אַ פֿאָרטעפּיאַן און אפֿשר אויך פֿירנדיק דעם אָרקעסטער. צום באַדױרן װײסט מען נישט, אין װאָסער טעאַטער האָט ער דעביוטירט. ס'איז אױך זײער שװער צו טרעפֿן, װײַל זײַן טאַטע האָט צוזאַמענגעאַרבעט מיט כמעט אַלע שטענדיגע יידישע טעאַטערס אין װאַרשע. ער האָט אױך צוזאַמענגעאַרבעט מיט אַ סך װיכטיקע "באַפֿרײַנדעטע" טעאַטער־טרופּעס. אײן פֿון די סאַמע װיכטיקסטע יידישע טעאַטערס האָט זיך געפֿונען אָט לעבן דער דירה פֿון משפּחה װײַנבערג ־ אין דער דזיעלנע־גאַס 4. כדי קומען צו דער אַרבעט, האָבן זײ נאָר געמוזט אַריבערגײנען אַ גאַס. װעלכע מוזיק פֿלעגט דאָרט הערן דער יונגער װײַנבערג?
אין מאַי 1926 האָט הענריק ריבאַ, דער מיטאײגענטימער פֿון צענטראַל־טעאַטער (פֿון דער לעשנאָ־גאַס 1), געעפֿנט זײַן אײגנעם טעאַטער אין דער דזיעלנע־גאַס 1. דער טעאַטער־בנין איז געװען גרױס און מען האָט אים שױן פֿריער געניצט װי אַ טעאַטער. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט זיך דאָרטן געפֿונען דער יידישער "װענוס"־טעאַטער.
אײנע פֿון די בינע־װענט אינעם טעאַטער איז געװען אַ זומערדיקע ־ אַ לײנענע. פֿונדעסטװעגן האָט מען געמוזט רעמאָנטירן אַלע צימער, כדי זײ זאָלן טױגן פֿאַר אַ גאַנץ יאָר.אַזעלכע אַמביציעס האָט געהאַט דער טעאַטער־באַזיצער. די אַרבעטן האָבן געדױערט נאָך נאָך דער אינױגוראַציע־פֿאָרשטעלונג זומער 1926. צוליב דעם האָט דער טעאַטער געקענט ממשיך זײַן מיט דער קינסטלערישער אַרבעט שױן אינעם האַרבסט־װינטער־סעזאָן. נאָך די אינפֿאָרמאַציעס אין דער "װאַרשעװער אַדרעס־אינפֿאָרמאַציע־רשימה פֿאַר דעם יאָר 1930" האָט דאָס "סקאַלאַ"־טעאַטער געהאַט 580 פּלעצער.
מיטן נײַעם טעאַטער האָט זיך אױך געבעסטערט דער לעבענס־מצב פֿון די שײַנבערגס, װײַל דער טאַטע איז געװאָרן דער דירעקטאָר פֿון דער מוזיקער־טרופּע אינעם "סקאַלאַ"־טעאַטער. ער האָט שױן דיריגירט בעת דער אינױגוראַציע־פֿאָרשטעלונג. שמואל װײַנבער האָט אױך קאָמפּאָנירט די מוזיק פֿאַר די פּיעסעס, װאָס מע האָט זײ געװיזן אינעם טעאַטער, למשל פֿאַר די פֿאָרשטעלונגען פֿון סאַטירישער רעװיע־טרופּע מיט דעם נאָמען סאַמבאַטיאָן. דעם זעלביקן נאָמען האָט געהאַט זײער ערשטע צװײ־אַקט־פֿאָרשטעלונג, װאָס מע האָט זי שױן געשפּילט אין אױגונסט 1926 , עטלעכע חדשים נאָך דער אינױגוראַציע פֿונעם טעאַטער אין דער דזיעלנע־גאַס. דער רעשזיסאָר איז געװען יצחק נאָזשיק, די מוזיק האָט געשריבן דער טאַטע װײַנבערג. עס דוכט זיך, אַז אין דעם טעאַטער האָט דער יונגער משה געניט זיך אינעם באַרופּ פֿונעם טעאַטער־מוזיקער.
אין די 20-ער יאָרן פֿונעם 20סטן י"ה פֿלעגט מען האַלטן דעם "סקאַלאַ"-טעאַטער ווי אַן אָרט פֿון דער לײַכטער מוזע: קאַבאַרעטן, רעוויעס, טענץ און לידער, סענטימענטאַלע ליבע־מעשיות און געשיכטן סײַ װעגן קאָמפּליצירטע משפּחה־רעלאַציעס סײַ װעגן סענסאַציעס. אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען האָבן אויסגעפֿורעמט משהס עמפֿינדלעכקייט. שוין ווי אַ רײַפֿער מוזיקער פֿלעגט ער דערציילן וועגן דעם, וואָס ער האָט זיך מיט התפּעלות צוגעקוקט צום טאַטנס דיריגירן מיטן אָרקעסטער. און וועגן דער סימפּאַטיע מיט וועלכער ער האָט זיך צוגעהערט צו די דעמלט קאָמפּאָנירטע און געשפּילטע מעלאָדיעס. ער איז דעמלט געװען 6 יאָר אַלט, אַז די דאָזיקע זיכרונות שטאַמען פֿון די 20-ער יאָרן פֿונעם 20סטן י"ה.
יידישע טעאַטערס האָבן נישט באַקומען קײן סובסידיעס. זײ זאָלן ברענגען דעם טעאַטער־דירעקטאָר אַ גרױס געװינס. דערפֿאַר האָט מען דעם טעאַטער־פּראָגראַם אַזױ צוזאַענגעשטעלט, אַז עס זאָל אים ליב האָבן דער פֿאַרמלחמהדיקער עולם.
"דער עולם אין יידישע טעאַטערס האָט באַשטאַנען פֿון אָרעמע שיכטן, פֿון אַרבעטער, בעל־מלוכות, קלײנע סוחרים, פּריװאַטע באַאַמטן, אפֿילו פֿונעם לומפּען־פּלאָרעטאַריאַט. דער יידישער טעאַטער האָט פֿון אָנהײב אָן געהאַט אַ פֿאָלקס־כאַראַקטער .ער איז געװען באַשטימט פֿאַר דעם פּראָסטן פֿאָלק. אַזעלכער איז אױך געװען דער יידישער טעאַטער אין װאַרשע"
האָט געשריבן מאַריאַן מײער מעלמאַן (1900־1978), אַ יידישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר װעגן זײַנע פֿאַרמלחמהדיקע דערפֿאַרונגען.
דער אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה און דער אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ האָבן נישט חרוב געמאַכט דאָס קינסטלערישע לעבן אינעם טעאַטער אין דער דזיעלנע־גאַס 1, חגם איז דער בנין טײלװײז פֿאַרבראַנט אין סעפּטעמבער 1939. מע האָט אים רעמאָנטירט און שױן אין דעצעמבער 1940 האָט דאָרטן אָנגעהױבן זײַן טעטיקײט אַ נײער טעאַטער מיט דעם נאָמען "עלדאָראַדאָ". אין געטאָ האָט מען פּליאָטקעװעט װעגן חשודיקע פֿאַרבינדונגען צו די דײַטשן, װאָס האָבן געהאָלפֿן סײַ צו באַקומען אַ קאָנצעסיע פֿאַר דעם טעאַטער און סײַ צו געניסן אַן אַטמאָספֿער פֿונעם "פֿרײלעכן פֿאַרגעסן" ־ חגם נאָר פֿאַר אַ פּאָר שעהן, בעת דער פּיעסע. אין געטאָ האָט מען יאָ געהאַלטן פֿון די טעאַטערס. אַנרערש איז געװען הינטער די געטאָ־מױער. צוליב די שפּיל־דערלױבענישן האָבן יידישע אַקטיאָרן, טענצער און מוזיקער געהאַט אַ מעגלעכקײט צו פֿאַרדינען דאָס ביסל געלט און באַקומען עפּעס צו עסן. דער בעסטער דאַנק פֿאַר געטאָ־אַקטיאָרן זענען געװען נישט קײן בלומען, נאָר אַ שטיקל ברױט. "עלדאָראַדאָ"־טעאַטער איז געװען טעטיק מער װי 20 חדשים, ביזן זומער 1942. אין דער צײַט האָט מען געװיזן אױף דער בינע אין דער דזיעלנע־גאַס 20 פּרעמיערעס. צום באַדױערן קען מען צװישן די אַפֿישן, װאָס האָבן זיך אױסבאַהאַלטן, נישט געפֿינען קײין נאָמען פֿון די טאַטע־מאַמע און נישט פֿון דער שװעסטער פֿון משה װײַנבערגן.
אױף דעם אָרט, װו אַמאָל איז געװען „סלאַקאַ”־טעאַטער, שטײט הײנט צו טאָג אַ הױז, װאָס מע האָט אים געבױט בעת דער ערשטער בױ־עטאַפּע פֿון מוראַנאָװ־רעיאָן, נאָך אַ פּלאַן פֿון באָהדאַן לאַכערט. דער נאָכמלחמהדיקער בנין שטײט אױף אַ בערגל, װאָס איז געשאָטן געװאָרן פֿון די חורבן פֿון פֿאַרמלחמהדיקע הײזער. דער באַשלוס צו בױען נײַע געבײדעס אױפֿן אױסגעגליכענעם שטח, איז געװען מיושבדיק. דער נײַ־געבױטער מוראַנאָװ־רעיאָן זאָל זײַן אַ װי אַ מצבה און די נײַע אײנװױנערס זאָלן ברענגען אַ נײַ לעבן אין די חורבן. דעם מעטאַפֿאָר האָט מען פֿאַרשטאַנען װערטלעך. מע האָט געלאָזט בערגלעך און פּראָדוצירט נײַע ציגל פֿון חורבן־בעטאָן, װאָס איז געװען אַ נײַער, עקספּערימענטאַלער מאַטעריאַל פֿון געמאָלענעם ברעך.
אַזאַ אַװאַנגאַרד־געדאַנק האָט אױך געהאַט אַ פּראַקטישע באַגרינדונג. בכדי אַריבערצופֿירן אַזױ פֿיל חורבן װאָלט מען געדאַרפֿט באַשעפֿטיקן 10.000 אַרבעטער, דאָס אַלץ װאָלט געדױערט מער װי 3,5 יאָר, מע װאָלט געדאַרפֿט באַניצן 420 באַנװעגן און 4 לאָקאָמאָטיװן, װאָס האָבן געדאַרפֿט אַװעקפֿאָרן דעם חורבן פֿון 7 לאָד־ראַמפּעס. דער אַנאַליז פֿון הואָות האָט געװיזן, אַז ס'איז ביליגער איבערצולאָזן די חורבן און גראָבן טיפֿערע פֿונדאַמענטן װי באַגראָדיגן דעם שטח און אַװעקצופֿאָרן דעם חורבן
־ האָט געשריבן באָהדאַן לאַכערט אין דער "אַרכיטעקטורע"־צײַטשריפֿט 1949.
ווייַטער אָרט