Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

װאַרשעװער פֿילהאַרמאָניע (הײַנט נאַציאָנאַלע פֿילהאַרמאָניע)

יאַסנע־גאַס 5

אַ גרױסער, טונקל־האָריקער מאַן מיט ברענענדיקע אױגן און אַ שאַרפֿן בליק. אַ מענשט מיט באַזונערער, קױם פֿאָרשטעלבאַרער אינטעליגענץ. [...] אַ געניאַלער און באַגאַבטער מוזיק־קריטיקער, דער בעסטער פּאָלעמיקער, אַ פֿירשפּרעכער פֿונעם פֿאָרטשריטלעכן מוזיק־געדאַנק. דאָס איז געװען קאָנסטאַנטי רעגאַמײ, מיט װעלכן איך האָב זיך באַקענט אין װאַרשע אין 30־ער יאָרן

־ דערמאָנט זיך װיטאָלד לוטאָסלאַװסקי. משה װײַנבערג האָט גיך צוגעצױגן צו זיך די קריטיקערס, אױך דעם אײנפֿלוסרײַכן רעגאַמײ.

אַן אמת מענער־שפּיל


קאָנסטאַנטי רעגאַמײ האָט געאַרבעט אין פּױלן און אין שװײץ. ער איז געװען אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ פּיאַניסט און אַן ינדאָלאָגע. אין דער צװײטער העלפֿט פֿון 30־ער יִאָרן האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר דעם סאַמע בעסטן מוזיק־קריטיקער אין פּױלן. װי אַ קריטיקער און פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון דער מאָדערנער מוזיק איז ער געװען פֿאַראינטערעסירט אין טוּוּנגען פֿון יונגע אַרטיסטן. דערפֿאַר האָט ער גיך באַמערקט משה שײַנבערגן, װעמענס קאַריערע האָט זיך אין די 30־ער יאָרן זײער גיך אַנטװיקלט.

דעם 28 מאַי 1937 איז פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער קאָנצערט ־ אַלע יאָרן האָט מען פֿאָרגעשטעלט די דערגרײכונגען פֿון די פֿעיקע מוזיקער פֿון װאַרשעװער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע. מע האָט אונטער אַנדערעם געקענט הערן די שטיקער געשריבן פֿון: װיטאָלד לוטאָסלאַװסקין, סטעפֿאַן קיסיעלעװסקין און זביגניעװ טורקאָװסקין. אין זײַן קלאַס האָט משה װײַנבערג געשפּילט סאָלאָ בעת דעם פּיאַנאָ־קאָנצערט. קאָנסטאַנטי רעגאַמײ האָט באַצײכנט זײַן אינטערפּרעטאַציע אַלס זײער אַ מענלעכע (דער פּיאַניסט איז דעמלט געװען קנאַפּ 18 יאָר אַלט) און האָט געלױבט זײַן געפֿיל פֿאַר דעם מאָדערנעם סטיל.

פֿון דער פֿילם־סטודיע צו דער פֿילהאַרמאָניע


אָט דער פֿון קאָנסטאַנטי רעגאַמײן באַשריבענער קאָנצערט איז נישט געװען דער ערשטער קאָנצערט פֿון װײַנבערגן אין דער װאַרשעװער פֿילהאַרמאָניע. דאָס ערשטע מאָל האָט מען אים געקענט הערן אַ יאָר פֿריער, דרײַ הדשים נאָך דער פּרעמיערע פֿונעם פֿילם " פֿרעדעק ברענגט מזל דער גאָרער װעלט ". 10־טן דעצעמבער 1936 איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון פּױלישער געזעלשאַפֿט פֿאַר מאָדערנער מוזיק. בעת דעם קאָנצערט האָט װײַנבערג צום ערשטן מאָל געשפּילט "פּיאַנאָ־טריאָ" פֿון אַנדרשײ פּאַנופֿניקן, זײַן חבר פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע.

קאָנסטאַנטי רעגאַמײ האָט געשריבן אַ רעצענזיע אױך פֿון דעמדאָזיקן קאָנצערט, ער האָט אָבער קײן נעמען פֿון די אַרטיסטן נישט דערמאָנט. יאַן מאַקלאַקיעװיטש, אַן אַנדערער קריטיקער, דערמאָנט זײ יאָ:

דעם רײַכן, אינערן אינהאַלט פֿון "פּיאַנאָ־טריאָ" האָט אַנדרשײ פּאַנאַפֿיוק געשלאָסן אין עלעגאַנטע און פֿאַרביקע ראַמען. די עלאָקװענטע זױבערקײט און ערלעכקײט פֿונעם יונגן קאָמאָזיטאָר האָט באַהערשט די שפּילער. דערפֿאַר איז די אינטערפּרעטאַציע פֿון "פּיאַנאָ־טריאָ" פֿון ס. יאַסטרשעבסקין (פֿידל), י. באַקמענען (טשעלאָ), מ. װײַנבערן (פּיאַנאָ) געװען זײער אַ געלונגענע.



דער סאַמע בעסטער קאָנצערט

װאַרשע איז געװען אין די 30־ער יאָרן דער אמתער מוזיקאַלישער צענטער פֿון פּױלן. געאַרבעט און אױפֿגעטרעטן האָבן דאָ אַזעלכע באַװוסטע קינסטלערס װי: י. האָפֿמאַן, א. שנאַבעל, ג. פפֿיטעלבערג

־ שרײַבט דער קאָמפּאָזיטאָר לעװ אַבעליאָװיטש, אַ חבר פֿון װײַנבערגן פֿון דער װאַרשעװער קאָנסערװאַטאָריע.

משה װײַנבערג האָט באַשריבן דעם קאָנצערט פֿון סערגיוש ראַכמאַניאָװן פֿון פֿעברואַר 1936 אַלס דעם סאַמע בעסטן קאָנצערט, װאָס ער האָט געהערט. דער קאָמפּאָזיטאָר האָט דעמאָלט געשפּילט דעם "II פּיאַנאָ־קאָנצערט צ־מאָל" און "װאַריאַציעס װעגן פּאַגאַנינין". זיכער איז װײַנבערג צוזאַמען מיט זײַנע הברים פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע נאָכן קאָנצערט געגאַנגן אין אַ קרעטשמע "נאָװאַ גאָספּאָדאַ", װאָס מע האָט געהאַלטן פֿאַר אַ צװײַג פֿון דער פֿילהאַרמאָניע. אָפֿט האָט מען דאָרט באַגעגנט יונגע מוזיקערס דיסקוטירענדיקע װעגן מוזיק.

דער קאָנצערט פֿון סערגיוש ראַכמאַניאָװן האָט געפֿאַלן נישט נאָר װײַנבערגן. ער האָט אױך באַגײסטערט אַנדערע סטודענטן פֿון דער װאַרשעװער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע צו שפּילן ראַכמאַניאָװס שטיקער בעת דעם סוף־קאָנצערט. אין זומער 1937 האָט טאַטיאַנאַ שױטאַשעװסקאַ באַגײסטערט קאָנסטאַנטי רעגאַמײן מיט איר אינטערפּרעטאַציע פֿון "װאַריאַציעס װעגן פּוגאַנינין". די ביאָגראַפֿן פֿון װײַנבערגן באַשרײַבן אױך זײַן סוף־קאָנצערט פֿונעם יאָר 1939, װו ער האָט געשפּיטל דעם "III פּיאַנאָ־קאָנצערט".

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע